בית פורומים היימישע קרעטשמע

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2006 17:35 לינק ישיר 
ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

איך האב אנפאנג וואך געזען אויף א צעטיל געשריבען מיט א פעדער (אגב פאר די וואס לייגען צעטליך די דאזיגע מודעות וואס זענען געשריבען מיט א מארקער אויף א loose leaf paper ציען סך מער מיין אויפמערקזאמקייט וואו די טייער דעזיינטע צעטליך מיט בעגראונדס וכדומה) אין ביהמ''ד גיבט אב אכט די טרעפ זענען באדעקט מיט א דינע שיכט אייז עס איז א סכנה וכתיב בתורה ונשמרתם מאוד לנפשותיכם
איך בין געווארען פארמישט לויט וואו איך געדענק איז די פשט פין פסוק ונשמרתם מאוד לנפשותיכם אז מען זאל זיך היטען פין דינען עבודה זרה ממילא האב איך נאכגעקיקט אין רש''י אויפן פסוק ונשמרתם אין איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס אייז האט מיט עבוה זרה ביטע טיערע חבירים זייט מיר מסביר די סמיכות



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2006 20:59 לינק ישיר 

הרב קנאי;

קודם כל יישר כח פארן איבער'חזר'ן וואס איך האב שוין לאנג געשריבן, אז ווען מען שרייבט מיט א פענסיל (בליי) קליינע אותיות אויף א צוקנייטשע צעטל, וועלן דאס פיל מער מענטשן ליינען ווי די דבר יום ביומו צעטלעך.

בנוגע ונשמרתם מאד לנפשותיכם, די גמרא אין ברכות (ל"ב ע"ב) ברענגט אראפ אט דעם פסוק אויף שמירת הגוף, זעה דארט די מעשה ווי דער חסיד האט זיך נישט אפגעשטעלט אינמיטן שמונה עשרה באגריסן דעם שר, האט דער שר אים געפרעגטף עס שטייט דאך אין אייער תורה "רק השמר לך ושמור נפשך" און עס שטייט "ונשמרתם מאד לנפשותיכם"?!

איך האב געמאכט א קליינע זוכעניש און געפונען אין העמק דבר שרייבט ער בזה הלשון: ונשמרתם מאד לנפשותיכם, נכלל בזה הלשון אזהרה על שמירת הגוף והנפש, דמשום שמירת הנפש הי' ראוי לכתוב ושמרתם מאד את נפשותיכם, כמו לעיל ושמור נפשך, אלא ונשמרתם זה הגוף כדאי' בברכות דל"ב ב', לנפשותיכם לשמירת הנפש תשמרו גם הגוף עכ"ל.

אויך אין ספר סדר היום (סדר עלינו לשבח) שרייבט ער אז היטן דאס געזונט איז אין כלל פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם, אויך אין מסילת ישרים (פרק ט') ברענגט ער אראפ דעם פסוק אלץ א ראיה אז מען ברויך זיך היטן פון צינים ופחים, זעה אויך אין קיצור שו"ע סי' ל"ב סעיף א'.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/2/2006 16:55 לינק ישיר 

א גרויסן יישר כח קרעמער
איך האב מיך פארגעשטעלט אז נישט די גאנצע וועלט זענען עמי הארץ (עמי הארַציִם וואו מיינע רביס פלעגען זאגען אגב אין ישיבה קטנה ווען איך האב געזאגט פאר מיין משגיח אז ער איז דער ע''ה ווייל בלשון רבים זאגט מען עמי הארץ און נישט עמי הארַציִם האט מיר געגעבן מכת רצח ער האט נישט פארשטאנען וואו אזוי מען נעמט אָן א וויץ)
איך האב מיך שוין לאנג געווינדערט דערויף נאר דאס מאל איז עס געווען נאך פאַר מיין שיעור פארטאגס און מיין חבר איז פינקט נישט אנגעקימען ממילא/במילא האב איך עס נאך א מאל נאכגעקיקט האב איך עס ארויפגעברעגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2006 18:10 לינק ישיר 

קנאי;

דיין משגיח האט זייער גוט געטאן אז ער האט דיר געגעבן מכות רצח, ווייל די אויסדרוק איז יא עמי הארצים!!

דא האסטו די לשון פון רשיז"ל אין מס' עירובין (דף ו' ע"א ד"ה בקעה מצא) עמי הארצים היו וכו' עכ"ל.

אויך שטייט אזוי אין ספר קב הישר (פרק י"ג), און אין ספר פני יהושע (ברכות דף ד' ע"א), און 6 מאל אין ספר אליה רבה אויף שו"ע.

מראי מקומות גענומען פון תקליטור תורני.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ונשמרתם מאוד לנפשותיכם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext