| נשלח ב-28/2/2006 02:27 |
|
| |
לכבוד ראש חודש: א באזוך פונעם ראש הקהל
ער איז דא! בכבודו ובעצמו!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:32 |
|
| |
ווער איז דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:33 |
|
| |
א גוטן ר"ח אדר מורים ורבותים!!!!!
יא! לכבוד ראש חודש אדר האב עך זיך אריבערגעכאפט אויף אביסל.
נו דער עולם זאל טרינקען לחיים!!!!!!
לאמיך נאר געבן דא א גראם אביסל,
לכבוד אדר לאמיך אנפילן דעם שיסל,
זינגען א ליד אז ס'זאל קלינגען,
און יעדער וועט דא מיטזינגען,
העי העי! ליהודים ליהודים.. וכו'.....
אז דער עולם וועט דא מיט מיר מיטשטימען,
און אביסל אונטערברימען,
וועל איך קענען זינגען אסאך מערצעשעם,
און יעדן ארויסנעמען אביסל פון קלעם,
הוי ליהודים ליהודים.........
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:34 |
|
| |
אה, יענטאאש איז דא............. כ'האב געמיינט אז דער נייער ראש הקהל איז דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:34 |
|
| |
ווער איז דא? מיר זענען אלע דא, דער ראש הקהל מיט'ן גראף. איך ציטער פאר שרעק. מה נשתנה הלילה הזה? גייט עפעס פאר אין דארף?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:36 |
|
| |
בארוהיג זיך נאטורליך;
מיר זענען נאר געקומען מאכן א מיטינג אויב עס איז שוין געקומען די צייט צו מאכן אן אודיט אויף דיין אשכול אויב עס מעג פארבלייבן אויבן-אן.............................
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:36 |
|
| |
גראף
נייע ראש הקהל? וואס איז דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:37 |
|
| |
נאטרליך נאטורליך וואס איז דא זיך צו שרעקן?
האק אן דעם גראף מיט א שטעקן,
לאמיר ווייטער דא טאנצן און זינגען,
שרייען און שפרינגען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:38 |
|
| |
אוי וויי, איך האב דא ארויסגעגעבן סודות פון חדר? מען האט שוין געמאכט עטליכע מיטינגן מיט די באהערדע פונעם דערפל אויב פילייכט איז שוין געקומען די צייט אויפצונעמען א נייעם ראש הקהל נאכדעם וואס דער אלטער איז פארשווינדן מיט די פאריעריגע שניי.
האלאו, מאך א שווייג, איך האב גארנישט געזאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:42 |
|
| |
מיטינג אהין מיטינג אהער,
איך גיב מיך אזוי א קלער,
אפשר איז כדי ראה"ק צו בייטן,
און אויפצונעמען א צווייטן.
פארשטייט זיך נאר נאך לעגאלע וואלן,
יעדער זאל זיין מיינונג שאלן,
זאגן זיין דיעה הויך און קלאר,
און וואס עס וועט בלייבן וועט זיין וואר.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:43 |
|
| |
מען דארף קיין וואלן נישט מאכן יענטאאש קענסט קראכן שטילערהייט וועט מען א נייעם ראש הקהל אויפנעמען קענסט זינגן זאגען און ברומען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:47 |
|
| |
איך טו נישט פלאצן און קראכן,
איך טו זינגען און לאכן,
ווייל ביי אונז אידן דער פאלק דער הייליגער,
איז יעצט אדר א צייט גאר א פריידיגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:50 |
|
| |
אדער, געטראפן אדער...............
(ווער געדענקט נאך די "מגילת אסתר מיט געזאנג"?)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:53 |
|
| |
אה די רבי קומט, די רבי קומט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:56 |
|
| |
איך האק נישט מיט א שטעקען, טוט זיך נישט דערשרעקען. אויף א זמר גיי איך גראדע איין, אבער עס ניגון מיז זיין מיין.
עפעס איז מיר אומבאקאנט, דיין פאכען מיט די האנט. מיין רבי האט נישט אזוי געזינגען, די ווערטער נישט איינגעשלינגען. נאר מיט א מויל פיל מיט שליים, א ניגון געבראכט פון דע אלטער היים. איבער א קרעטשמער און א שענק, עפעס אזוי איך געדענק.
פריווט אויס דאוןלאודען אנליין, און הערט אויס דעם ניגון אליין.
http://s52.yousendit.com/d.aspx?id=1696XVA45VL8R3RMWJBAS4GPNA
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 02:57 |
|
| |
וואס גייט היינט פאר דא אין קרעטשמע אז דער עולם איז צולאזט???
|
|
|
|
|