|
|
| נשלח ב-28/2/2006 03:09 |
|
| |
אה קרעמער! דא ביזטו! איז זיך דיך ארום.......
אקעי לאמיך ווייטער אנגיין מיטן פורים שפיל.
אדר איז געקומען א פרייליכע צייט,
לאמיר זיך אלע מאכן גרייט,
אפרעכטן דא א פורים א ריכטיגער,
ווי עס פאסט פאר די קרעטשמע אונזערער.
די קרעטשמע ווי מען טוט א גאנץ יאר שמייכלען,
דארף מען דאך יעצט פון געלעכטער שאקלען די בייכלען,
ווייל יעצט איז דאך איבעראל לוסטיג און לעבעדיג,
פון אייראפע ביז רוסלאנד און ווייטער ביז צו דאנציג.
נו זאל יעדער איינער דא ארויסגעבן די סחורה,
זאל עס זיין אן ארטיקל אדער וויץ צו א דברי תורה,
סיי וואס מען זאל קענען א שמייכל ארויפברענגען,
אזויווי ווען מען האט געטון המן אויפהענגען.
הוי ליהודים ליהודים.......
לאמיר טאקע גלייך א פורים רב אויפנעמען,
און יענער זאל זיך גארנישט טון שעמען,
איך מיין טאקע 'קרעמער' גארנישט קיין צווייטער,
ער אליין דארף יעצט זיין א גרייטער,
אנהייבן מיט די דרשות און דברי תורה,
כי טוב סחרה מכל סחורה,
און אז ער וויל קען ער אויך א פורים קידוש אראפלייגן,
אזויווי מען פלעגט פאר דעם מלמד אין חדר צייגן.
נו קרעמער גיב דיינע מחשבות שנעל א מיש,
און הייבן פירן א גרויסארטיגע טיש,
זאג א איינצוגונגס דרשה ווי עס ברויך צו זיין,
אז יעדער זאל עס פארשטיין.
הוי הוי ליהודין ליהודים......
מיט דעם וועל איך מיינע ווערטער זיין מסיים,
און גלייך גיין צום פורים רב נעמען שריים,
נעמען אויך דערצו א הארציגע ברכה,
דבר ה' זו הלכה.
לאמיר טאקע זינגען אלע צוזאמען,
און ענדיגן מיינע גראמען,
איך ווייס נישט צו עס איז געווען בא'טעמ'ט,
אבער עטליעסט עס האט געגראמט.
נו לאמיך שוין איינמאל פאר אלעמאל שווייגן,
און מיך פון דא אוועקבייגן,
זייטס מיר אלע געזונט און האטס א גוטן טאג,
פארגעסט פון אלע מי און פלאג.
הוי ליהודים ליהודים.........
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 05:48 |
|
| |
הו הא יענטאאש, איך בין רויט פאר בושה אזא כבוד נאכדערצו במדה גדושה איך בין נישט צוגעוואוינט דערצו איך ווייס נישט וואס איך טוה אין חדר איך געדענק ס'האט זיך געטאן טישן און בענק איך וויל זיין פורים רבי ביים רבי'ן אינדערהיים ניין איך וויל שרייט אויס מיט א הויך קול חיים יעקב האקט איבער מיט א זעץ אויפן טיש די כיתה ציטערט מען שווייגט ווי די פיש קיינער טענה'ט זיך מיט אים איבערהויפט אז ער איז פון די כיתה די גאנצע הויפט קוים מיט צרות בין איך געווארן דיין עד היום קען איך עס נישט פארדייען און דא פלוצלינג אזא כיבוד אומגערישט אזויפיל כבוד איך ווער צוחושט זאל איך עס אננעמען אפשר וועל איך זיך פארשעמען זאל איך פרעגן מיין מאמע זי ברויך דאך אויפנייען א פידזשאמע
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 05:54 |
|
| |
פרעג נישט די מאמע פרעג נישט די באבען,
זיי ועלן נאך פון דיר ליצנות טרייבען,
האב נישט קיין מורא ציטער פון קיינעם,
האסט דאך א דעת זקיינעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 17:11 |
|
| |
שלום צו אלעמען גלייך מיט די האנט איך רייך א פרייד נעמט מיר ארום א ניגון'דיל איך ברים
א גוטן קאנדידאט אויפגענומען מ'דארף זיך גארנישט שעמען דעם קרעמער איך מיין טאקע דא באלד וועט דא זיין א זא
ווען ער וועט זיך צו די בימה אויפשטעלן וועט ער מיט זיינע רייד יעדן געפעלן אוי אוי אוי אוי איך וויל דא טאקע קלאר פארשטעלן אז מיר וועלן זייער שטארק קוועלן
נו יעמוד יעמוד מורה מורינו הרב מיר האבן רשות פון גראף לאז דיינע זיסע ריידן הערן און מיר וועלן פרייליך ווערן
שוין לאנג נישט געלאכט קיין גוטס קיינער זאגט שוין נישט קיין וויץ ערנסט איז געווארן דער דאיען זיינע שיעורים קען איך שוין נישט פארדייען
נאטורליך לאזט אונז ווי אן עגונה ווארטן מען קען אויף איהם שוין נישט רייטן יענטאאש איינמאל אין א חודש קען מען איך מיין טאקע א נייעם זאל מען נעמן
און די קאראפשען זאל זיך שוין אויפהערן...
אלע צוזאמען הנה מה טוב ומה נעים עס איז אוי ווי שיין און אוי ווי זיס........לעבעדיג
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 18:51 |
|
| |
קרעמער: ביי מיר אינדערהייארבעט עס שוין א גאנצע וואך פראגע זאג וואס שטייט דארט אין די צייטונג ? ענטפער bla bla bla פראגע איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די זאגסט דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 19:13 |
|
| |
cano;
ביי מיר אונדערהיים ארבעט עס פון פורים ביז תענית אסתר (כלשון קול מבשר ווען מען דרוקט נומער 6 אויפן מעין מעניו, אויך קען מען דארט הערן א שטיקל פונעם טעיפ... פאר ווער עס ברעכט נאכנישט דערפון).
איינמאל איז געווען א טשאדעלע באדעלע ... איך בין עפעס א קליינע נארעלע ... חס ושלום, נישט קיין קליינע נאר א גרויסע...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 03:11 |
|
| |
שוין ראש חודש דער צווייטער,
פון דעם חודש דער פריידיגער,
ווידער בין איך געקומען,
זאגן און ברומען,
אבער ס'איז נישט שיין,
כ'בין דא איינער אליין,
נישטא צו וועם צו רעדן און זאגן,
חוץ צו די אייגענע קראגן,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 04:48 |
|
| |
וואס גייט פאר מיט אים?.....
ער איז שוין ווידער דא..........
יא, ס'איז שוין נישט לכבוד ראש חודש, ס'איז
שוין פלעין 'איך בין דא!'.......
אבער וואו זיינט איר????......
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:10 |
|
| |
יענטאש וואס איז מיט דיר געשעהן קענסט נישט ל"ע גיט זעהן? אלע לעקטער ברענען סי נישט טינקעל איך שטיי ביים באלעמער נישט ביי א ווינקעל שטעהל דיך נאר אויף גיב זיך זיך א דריי אויס געב א קליינעם שפאן מיט א טריט פאראויס וועסטו זעהן מיר שמועסען אזוי געמיטלעך גענוי ווי מיר טוען אלע נעכט דורכשניטלעך אפילו דער דיין איז פארטון מיט די הייסע טיי אלע מאכען א צימעס פון מארגענדיגער שניי שלעפ אהער א באנק און זעץ דיך שיין אוועק עפען דער טאביק פישקעלע און געב א שמעק רעד אריין מאך א באמערקונג און לאז זיך הערען אז יענטאאש רעדט טוט אים קיינער נישט שטערען
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:25 |
|
| |
אה דא זענט איר,
באהאלטן ביי א טישל אונטערן טיר,
נו אז מ'דאיז נישט דא ווייסעך ווי לאנג,
ווייסט מען נישט וואו עס איז דער טיש און וואו דער שטאנג,
נו שוין לאמיך נישט אזויפיל קרעכצן,
גיב אהער א ברוינפנ'דל לאמיך נאס מאכן די לעפצן,
וואס הערט זיך וואס טוטצעך?
וואס איז נייעס וואס קאכצעך?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:37 |
|
| |
יענטאאש מיט נאטורליך זיצן איבער א ווארימע שאל טיי קרעמער מיט זיין אנגעשפיצטע אויער גייט דארט פארביי מיט א געשולטע אומשולדיגקייט ער נייגט צו אן אויער דערטאפן וואס אייגנטליך רעדט דער שרייבער מיטן רה"ק המפואר
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:39 |
|
| |
דער אמטירנדער ראש הקהל ציט צי א טשעיר,
מאכן פלאץ פאר קרעמער צו זיצן איז דזשאסט פעיר,
הערן וואס ער טוט דערציילן און וואס עס טוט פארגיין,
מיט זיין 'קרעמער פאר ראה"ק' קאמפיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:46 |
|
| |
קרעמער זעצט זיך אנידער מאכט זיך באקוועם ווידער פלוצים באקומט ער א ביפ דעם טיש געט ער א שטופ מען ברויך דאך זען ווער אפשר איז דאס דער שווער יאנוש דער שמש רופט אריין אויפן קול שמעקט זיך וויין ער וויל נאר דרייען א קאפ הערן וואטס-אפ איך האק אראפ דעם פאון צוריק צום שמועס שוין
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:49 |
|
| |
קרעמער גוט האסטו געטון,
שיק דעם ערל לעזאזל אהין,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:53 |
|
| |
יענטאאש פארגינט מיר נישט אויסצוהערן זיין שמועס ער גיט פאר נאטורליך'ן א שטויסל אין די פוס ווינקט אים אונטערן טיש ער זאל אוועקגיין אבי קרעמער זאל נישט דעם געשפרעך דערגיין
|
|
|
|
|