| נשלח ב-1/3/2006 05:55 |
|
| |
א קאסע פאר די קרעטשמע
רעדענדיג מיט די באהערדע האמיר געזעהן אז סיז צרות צרורות, סיז נישט דא קיין געלט אין די קאסע, האמיר זיך בארעכנט, צו מאכן אן ערנסטן אפיל, הגם סיז חודש אדר, אבער דאך מוז מען דאס נעמען ערנסט, ווייל מיר מוזן האבן געלד צו ראנען, די שעלפס זענען ליידיג, די פאטעטע טשיפ'ס איז שוין צום גיין אין גארביטש, די וויינען זענען שוין ליידיג, די פעסער דארף מען ריפילען, קיין געלד איז אבער נישט דא.
רבותי איך געב $500.00 צום אפיל רופט אייך אהן ווארים.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 06:05 |
|
| |
אה אה אה.........
ווילאנג איך בין געווען ראש הקהל האט זיך געגאסן
אלעס ווי וואסער...... ס'האט זיך געטון אויף טישן און
בענק... אלעמאל געווען צו טרינקען און צו עסן... געווען
א געשמאק צו פארברענגען.... איצטערט אז איך גיי איז
נישטא קיין געלט הא???!!!!!.......
נו, עסט די פירות.....
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 07:14 |
|
| |
נישט אפשר איז א רעדע צירוק צו נעמען יענטאאאאאש פארן ראש הקהל, וואס טויג דאס גאנצע אפיל.
האלט איינער אנדערשט פון מיר??
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 15:23 |
|
| |
התאחדות וויינט אז ס'נישטא קיין פאטעיטא טשיפס אדער וויין קומט יענטאאש ווי אן אויבער חכם צו גיין א גוטע עצה טוט ער פארשלאגן מיר זאלן די פירות עסן טוט ער זאגן אוי יענטאאש איר שלאפט אדער איר דרימלט מילא ווען די פירות וואלטן נישט געווען פארשימעלט אבער לויט די פנים וואס זיי טוען יעצט טראגן קענען זיי נאר פארדארבן אונזער מאגן
איך בין זיך משתתף צום אפיל מיט אזויפיל און אזויפיל זאגט מיר נאר מיט געפיל וויאזוי קומט די געלט אן צום ציהל?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 18:35 |
|
| |
יענטאאש איך האב נישט געוואלט צופיל רעדן, אבער אויב האסטע דיך שוין יא אנגערופן, נו אדרבה, וויהין האסטו עס געלט פארפאקט, קיינער פון די איינגעשטעלטע באקומען שוין פאר חדשים נישט קיין געהאלט, יאך על ענק א סוד פארציילן, נאטורליך שרייבט שוין נישט צוליב דעם, דער דאיען האט קוים אויף ברויט מיט הויזן, יאנאש וויל אפציען, און דער ראשהקהל האט זיך געקויפט א האמאר......... שיינע מאנסע,
און ער זאגט נאך אז ווען ער איז געווען ראש הקהל איז געלט געווען אין די קאסע, נו וואדע ווייס מיר פון דעם, מיר נעמן אויף טאקע א נייעם ראש הקהל, און מיר ווילן אנהויבן א נייע קאסע, וואס דו זאלסט טאקע קיין צוטריט צו דעם נישט האבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 18:40 |
|
| |
איך געב נוטי טשוס פארן קאסע, אויב פעהלט עס אויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 18:51 |
|
| |
איז דא צו בייקומען אין ארץ ישראל די נוטי טשוס?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 19:43 |
|
| |
ניין,
כמעט פון די איינציגסטע אמעריקאנער נאש וואס ס'איז נישטא צו באקומען, באט איינער האט מיר פאריגע וואך געברענגט א גאנצע זאק פון דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 20:16 |
|
| |
סאכדעס;
וואס פאלט דיר איין אז יאנאש וויל אפציען??
גראדע מיין איך אז יאנאש פארמעסט זיך גאר מיט קרעמער'ן איבער די דעם זיץ פונעם געוועזענעם ראש הקהל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 20:37 |
|
| |
יאנאש כאב דיר נישט געהאלטן פאר אזא בטלן, דו פארשטייסט נישט אז דאס איז א פאליטישער דרוק פאר יענטאאש? אוי ווען וועסטו דיר שוין אויסלערנען, נישט אלעמאל דארף מען אריינרעדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 02:33 |
|
| |
אהא! אהא! אהא!
נע נע נע!!!.......
דער דיין הייבט אן מיט די לגיונות?! דאס וועל איך
שוין נישט לאזן! פארגעס נישט אז ביזדערווייל
בין איך נאך אין אמט.
איך וויל נאר פרעגן דעם עולם:
צו האלט איר אז דער דיין קריגט שוין נישט קיין
געהאלט א לענגערע צייט און אנשטאט צו רעזיגנירן
האט ער גאר אנגעהויבן פארלערנען א טעגליכן שיעור?!!!....
הא?! קיינמאל! ער האט לעצטנס פון מיין באוויליגט הארץ
געקריגן א פעטן רעיס, און יעצט אז ער זעט אז איך גיי שוין
וויל ער לעקעווען די נייע ראשי הקהילה לאזט ער ארויס לגיונות!!....
סאכדעס!!... איך וועל אנהייבן ארויסגעבן די סודות!!...
זאל איך ווייזן פאר יעדן דיין פאנפענדיגע הוראה?!!...
זאל איך דערציילן יעדן איבער דעם שארפן טעלעגראמע
וועלכע מיר האבן ערהאלטן פון די טשעכאלאפאניאקעווע
טובי הקהל ווען מיר האבן דיך אויפגענומען אלס דיין?!!!!....
זאל איך יעדן זאגן די מאנסע מיט דעם טריפה'נעם עוף?!!...
זאל איך אלעס דערציילן???!!!?....
העעעעע!!!!!!..... סארא חוצפה!!!........
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:39 |
|
| |
שערקויך ראש הקהל פאר די טאשן לאמיר טאקע מאכן א ברכה און נאשן זאג מיר נאר אפשר טוהסטו וויסן א זאך וואס ליגט מיר שוין לאנג אין געוויסן פארוואס איז המן'ס טאש דרייעקיג געווען א שיינער טעם איך האב נאכנישט געזען
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:44 |
|
| |
וואס טוסטו נישט פארשטיין,
אז אויב עס איז פיר עקיג טוט דאס א דעלקעלע זיין,
און אויב פינף עקן ווילסטו עס מאכן גערן,
איז דאך דאס א פשוטער שטערן,
און אויב ווילסטו מאכן עקן זעקס,
איז דאך דאס א ציוניסטישע מגן דוד געבעקס,
ווייטער אויב ווילסטו גיין צו צוויי עקן גלאט,
האט דאך דאס סתם נישט קיין פשט,
מוזטו צוקומען צו די דריי עקיגע קיכלעך,
דאן איז דאס א ריכטיגער המן טאש ווי מען זען אין די ביכלעך,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:51 |
|
| |
דערמאנסט מיר טאקע א מעשה שהיה ווערט געברענגט אין ספרים גענוי צוויי רביס געטראפן האבן זיך געכאפט א שמועס בסוד שיח פרעגט איינער א הארבע שאלה די גראבע פינגער הייבט ער למעלה זאג מיר רבי'ניו וואס זאל איך טון וויפיל קרעפלעך עסן איז דער דין איין קרעפל איז דאך צו ווייניג דריי צופיל האלט דאך יעדער אייניג ווידער צוויי טוט דאך זוגות זיין נו וואס קען מען טאן טייערע דיין זאגט יענער כ'האב אן עצה לייג צו אויער און פלייצע מאך איינס אזוי גרויס ווי צוויי דאן וועט אלעס זיין כדאי
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 05:51 |
|
| |
ווילסטו מאכן זיבן עקן מן הסתמא,
וויפיל נאך עקן זאל זי מאכן די אידישע מאמע?
און מאכן עקן אכט,
דאס קומט שוין ניטאמאל אין באטראכט,
און צו מאכן ניין,
דאס קען שוין זיכער נישט זיין,
ווילסטו דען צען?
האסט שוין אזאנס אפילו געזען?
|
|
|
|
|