| נשלח ב-12/3/2006 07:28 |
|
| |
ערנסטע דיבורים אויף פורים
די גמרא זאגט אין מסכת תענית, כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין בשמחה, שטעלן זיך די מפרשים, ביי "אב" זאגט די גמרא פונקטליך וואס מען ברויך טאן כדי ממעט צו זיין די שמחה, מען זאל נישט וואשן קיין וועש, נישט טרונקן וויין און עסן פלייש וכדומה, ווידער ביי "אדר" געפונען מיר נישט אויף וועלכע אופנים מען ברויך פארמערן די שמחה, פארוואס געבן אונז חז"ל נישט קיין פונקטליכע אינסטרוקציעס וואו איין און וואו אויס?*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
ענטפערט דער מונקאטשער רב (אין זיין ספר שער יששכר) א שיינעם תירוץ דערויף: ביי "אב" האבן חז"ל מורא געהאט אז מענטשן וועלן זען אז מען ברויך ממעט זיין די שמחה, וועלן זיי חלילה אריינפאלן אין א עצבות ומרה שחורה ל"ע, זיי וועלן מיינען אז צוליב דעם חורבן הבית מעג מען זיך אנזויערן ביזן סוף, ביז מען פאלט אריין אין די ביטערע מחלה וואס רופט זיך מרה שחורה, און דאס איז דאך נישט קיין תכלית, בפרט לויט ווי די חסידישע רבי'ס האבן אונז געלערנט אז אפילו אין אב ברויך אויך זיין אבלו בלבו, נאר אין הארץ ברויך מען זיין אנגעווייטאגט, אבער נישט פארוואנדעלט ווערן אין א שטיק גאל.
דערפאר האבן די הייליגע חכמים געזאגט: אב איז מען ממעט די שמחה דורך נישט טרונקן וויין, עסן פלייש, וואשן וועש, און דאס גלייכן, אבער אויסערדעם זאלסטו נישט זיין אנגעזויערט און איינגעפיקלט, החסיד צהלתו בפניו ואבלו בלבו.
ווידעראום ביי "אדר", איז דאך נישט קיין שום פראבלעם אויב מען וועט זיך אנכאפן אין די מדת השמחה "אלל די וועי" ווי מען זאגט, אדרבה, זאל ער שפרינגן ביזן דאך (ער ברויך נאר אכט געבן אז די "סילינג פען" זאל זיין אויסגעלאשן), דערפאר האבן זיי נישט אראפגעשטעלט קיין כללים וויאזוי מען זאל מרבה זיין בשמחה, און יעדער איינער זאל מרבה זיין בשמחה אויף וועלכן אופן, און וואו שטארק ער וויל. עד כאן תוכן דבריו הקדושים, ודברי פי חכם חן שפתים ישק.
[פארשטייט זיך אליין אז שמחה און הוללות זענען נישט די זעלבע זאך, דא רעדט מען פון מרבה זיין בשמחה, וואס דאס איז די כשר'ע סארט פרייד, און יעדער ברויך אכט געבן נישט אריבערשפרייזן דעם דינעם ליניע וואס טיילט אפ צווישן שמחה און הוללות כידוע].
*
דברי התעוררות אויף תענית אסתר
דער יסוד יוסף שרייבט אז אין דעם "תענית אסתר" קען מען זיך אויסבעטן וואס מען וויל, מען זאל אנהייבן מיט קאפיטל כ"ב "למנצח על אילת השחר" וואס חז"ל זאגן אז דאס גייט ארויף אויף אסתר המלכה, און נאך דעם קאפיטל זאל מען מתפלל זיין אויף אלעס וואס מען וויל, און מען וועט געהאלפן ווערן אין זכות פון אסתר המלכה!
*
דער קב הישר ברענגט פונעם מגיד (דער מלאך) וואס האט געלערנט מיטן בית יוסף זצ"ל א טעם פארוואס מען פאסט אום "תענית אסתר" (אויסער די טעם אז דאס איז א זכר צו די דברי הצומות וזעקתם פון מרדכי ואסתר מיט אלע אידן אז די גזירות פון המן זאלן נתבטל ווערן):
מען בעט השי"ת אז אין זכות פון דעם תענית זאל ער אונז אפהיטן אז מיר זאלן נישט געשטרויכלט ווערן אין קיין שום זינד אין דעם הייליגן טאג פורים!! (וואס צוליב די פרייליכקייט און אויפגעהייטערטקייט, ובפרט אז מען עסט און מען טרונקט זיך אן, ברויך מען אסאך סייעתא דשמיא).
*
אינטערסאנט וואס דער הייליגער מאור ושמש שרייבט (אין די רמזי פורים) אז פונקט ווי דער שטן האט נישט קיין שליטה אום יום כיפור (ווי באקאנט פון די גמרא אין מס' יומא אז "השטן" איז בגימטריא 364, ווייל נאר אזויפיל טעג קען דער יצה"ר געוועלטיגן, אבער יום כיפור נישט), אזוי אויך אין פורים "אין שום שטן ופגע רע"!!!!
*
מנהגי פורים ושושן פורים
דער מנהג איז צו געבן תענית אסתר פאר תפלת מנחה "3" האלבע פון די געלט וואס איז איינגעפירט אין יענעם לאנד, על שם די דריי מאל וואס עס שטייט די ווארט "תרומה" אין די פרשת השקלים.
מען פירט זיך צו געבן באזונדער פאר זיך און פאר די בני בית, ווי אויך פאר אלע קינדער (און באזונדער פאר די עוברין!).
*
אין ספר דרכי חיים שטייט אז דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט געבן "מתנות לאביונים" אום תענית אסתר (ער האט זיכער נישט אינזין געהאט יוצא צו זיין מיט דעם די מצוה פון מתנות לאביונים, וואס מען איז יוצא נאר אום פורים, נאר מן הסתמא האט ער דאס פארטיילט אלס "אגרא דתעניתא צדקתא", וואס ביי יעדן תענית איז דער עיקר שכר אויף דעם וואס מען פארטיילט די ווערט פון די סעודות וואס מען האט זיך געשפארט, פאר ארימעלייט).
*
אין יסוד ושורש העבודה שטייט אז מען זאל יא געבן "מתנות לאביונים" פורים אינדערפרי איידער תפלת שחרית, כדי דער ארימאן זאל נאך האבן צייט צו גיין איינקויפן און צושטעלן א סעודת פורים פון די געלט.
(איי, מען האט דאך נאכנישט געזאגט דעם "שהחיינו"? האב איך אבער געזען אז דער רמב"ם האלט אז צופרי זאגט מען בכלל נישט קיין שהחיינו, ווייל מען איז יוצא מיט די שהחיינו פון ביינאכט, קען זיין אז די וואס געבן מתנות לאביונים אינדערפרי איידער מען זאגט "שהחיינו" האבן אויך אינזין ביי די שהחיינו פון ביינאכט יוצא צו זיין די מתנות לאביונים פון אינדערפרי).
*
דער יסוד ושורש העבודה זאגט א גוטע עצה פאר די וואס ווילן לערנען בעצם יום הפורים: פארבלייבט לערנען אין בית המדרש גלייך נאכן דאווענען, ווייל אויב איר וועט אהיימגיין, וועט איר געשטערט ווערן!
*
דער מנהג איז אויפצושטיין פרי, און דאס איז איינס פון די 5 השכמות (די אנדערע זענען: ערב פסח, ערב ראש השנה, מחרת יום הכיפורים, און?? [אפשר אסרו חג??]).
*
אין צאנז פלעגט זיין דער מנהג צו מאכן די סעודת פורים פון בייטאג אביסעלע פריער אין טאג, און שפעטער אין אווענט פלעגט מען זיך צוזאמקומען אין בית המדרש צום "טרונק סעודה" (סעודת משתה היין)!
*
די פלעצער וואס פירן זיך מרבה צו זיין בשמחה ביום שושן פורים, איז דאס צוליב דעם וואס אין ירושלים עיר הקודש איז דאן דער יום טוב פורים, געבן מיר אפ כבוד פארן הייליגן שטאט ירושלים און מיר פרייען זיך מיט איר אין דעם טאג וואס זי פראוועט דעם יום טוב (שער יששכר בשם זיין טאטן דער דרכי תשובה זי"ע).
זאלן מיר אלע טאקע זוכה זיין מקבל צו זיין די הארות פון די הייליגע טעג, און קענען מקיים זיין די מצות היום כדבעי למהוי, און מיר זאלן מקבל זיין די תורה מאהבה "הדר קבלוה בימי אחשורוש", בימים ההם בזמן הזה, ווי דער אור החיים הקדוש שרייבט אין זיין ספר ראשון לציון (אסתר ט', כ') "שלא יהיו הימים אלו בכל שנה כפרטוגמא ישינה ולזכר בעלמא, רק שיהיה אצלם כאילו היום נעשה הנס" עכלה"ק, ענליך צו דעם שטייט אין קדושת לוי און נאך, מען ברויך שפירן דעם פרייליכקייט וואס די אידן האבן געשפירט אין די צייטן פון מרדכי ואסתר, און דורכדעם קען מען זוכה זיין מקבל צו זיין די תורה מאהבת הנס, אמן כן יהי רצון!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 08:48 |
|
| |
א גרויסן ישר כח הרה"ג ר' קרעמער שליט"א, די ווייסט נישט וויפיל די ביסט מחי'ה אידן, גיי אן ווייטער מיט דיין שיינע ארבעט.
אויף אזא איינעם ווי די קען מען זאגן אז עס איז א מצוה די זאלסט האבן א קאמפיוטער מיט אינטערנעט...
ישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 12:23 |
|
| |
הרב קרעמר.
א מחיה א דורך צוליינען אזא ארטיקל, עם ווייסט זיך ארויס אז איר זענט נישט קיין קטלא קניא.
א יישר-כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 18:47 |
|
| |
א גרויסן יישר כח הגה"צ רב קרעמער שליט"א, איך האף נאר אז איר גייט נישט קאמפאטישן מיטן הגה"צ רב התאחדות שליט"א
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 23:32 |
|
| |
מען איז לויט רוב דיעות מחיוב צי ליינען די מגילה מיט מנין אפי' בזמנו עס איז נישט געניג דאס ליינען פארן ווייב אינדערהיים אלזא זאל מען ליינען אין שול איידער מען טיט ליינען אין שטיב פאר די שטיב געזעל אין ניקסט וואו מיר האבען געהערט דיזע פיינע עצה פין איינע פין די מיטגלידער ביים שיעור יענע וואך ווען דער יעניגער האט געזאגט אמער איך ברויך סייויסיי איבער ליינען אין פארען הויז געזינט העל איך פון פראנאויס ליינען אינדער היים אין הערשט דערנאך גיין תפילה טאן אינעם ביהמ''ד טראגען שלויעך מאנויס דעריבער זאג איך אייך אצינד נאך פריער פינעם הייליגען טאג זאלט איר געדענקען אז להלכה איז עס ניקסט ריכטיג
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 00:35 |
|
| |
מיט טרערן פון פרייד אין די אויגן ליינט דער דאיען שליטא דורך די שיינע אויפריכטיגע דברים כדרבונות פון דעם חשוב'ן קרעמער, שליטא, זאל איהם די זכות באשטיין, און פון קיין צער נישט וואוסן.
איבער די השכמות איז דא אסאך שיטות, דער דאיען האט אנגענומען כדלהלן, -דאס איז עלפי קבלה- 1) פורים 2) שביעי של פסח 3) תשעה באב 4) הושע"ר 5) שבועות
איצט איבער דעם ענין פון שמחה און הוללות, היות סיז פארהאן א שווערע צומישעניש ביים ציבור סיקומט אזא יום טוב ווי פורים, ווילען דאך אלע וויסן וואס גייט דא פאר? פון איין זייט קוקט דאך אויס אז די שמחה פון דעם טאג איז אין די העכסטע שטאפלן, פון די אנדערע זייט זעהט מען ערליכע אידן זיך ארומדרייען עד דלא ידע, און וויינען און בענקן צו גאט, לייק נעווער בעפאר, איז דאס שמחה אדער איז דאס טרויער? און וואו אויך איז באוואוסט וואס די ספרים שרייבן, אויף יום כיפור, אז דאס איז א כף הדמיון צו פורים, נו דארף מען דאך א געוויסע ביאור, על יאך זיך געטרויען צו שרייבן אביסל פון מיינע ידיעות, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.
שמחה פון א איד איז אזוי ווי דוד המלך עליו השלום זאגט ואני קרבת אלקים לי טוב, דע פרייד פון א איד איז ווען ער איז נאנט צו גאט, יעמאלט שפרייט זיך אויס א שמחה אין אלע זיינע גלידער, נו דארף מען דאך וויסן וואס הייסט נאנט צו גאט, גאט האט באשאפן דעם מענטש, אז דער מענטש זאל איהם קענען אויף די וועלט, אזוי ווי דער זוה"ק שרייבט בגין דישתמודען ליה, און ווי סישטייט אין פסוק, לכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו, כביכול גאט האט באשאפן דעם מענטש און די וועלט, זיין כבוד זאל דא נתרבה ווערן, און דער מענטש זאל איהם קענען.
נו איז דאך שווער ווי אזוי איז מעגליך צו קענען דעם גאט, אין מחשבה תפיסא ביה כלל, האט גאט מגלה געווען זיינע מדות, און דאס און דאס איז די זיבן ספירות פון חסד און אראפ, וואס אין דעם קען מען האבן א שטיקל מושג, און די ספרים הקדושים זאגן שוין לויט דעם וואס סישטייט אים פסוק, יומם יצוה ה' חסדו, אז אין אלע מדות פון הקב"ה, איז משותף די מדת החסד, וואס מיט דעם איז בעיקר די התגלות פון גאט אויף די וועלט, ממילא אין קורצן איז א מענטש אראפגעקומען אויסצשרייען על כל פרט ופרט פון די בריאה, רבוש"ע דו ביסט א גוטער.
גאט ביי די בארג סיני, האט געגעבן די תורה, וואס אין דעם איז דא תריג מצות, וואס דער זוה"ק רופט דאס אהן תריג עיטין, וואס טייטש, זעקסט הונדערט און דרייצן עצות, וואס דאס איז א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צו דעם גאט פון די וועלט, דאס הייסט ווען א קליינע מענטשלע פון די וועלט, וואס איז קען גאט קלענער מיליאן מאל, וויפיל א מורישקע איז קלענער פון א מענטש, טוט א מצוה, נישט קיין חילוק וועלכע, דאן ווערט ער נאנט צו גאט, און אויב טוט ער א נארישקייט, און איז עובר פי ה', דאן איז והוא לא תצלח, דאס דערווייטערט א מענטש פון גאט, ער דארף דאן איבערבעטן דעם באשעפער, און איהם זאגן רבוש"ע איך האב חרטה אויף וואס יאך האב געטוהן, איך נעם זיך פאר דאס נישט מער צו טוהן, אזוי קערט ער זיך צוריק צו גאט, און דאס איז די פשוט'סטע אפטייטש פון תשובה.
און ווי אויבנדערמאנט, איז א מענטש דאן מגלה גאט'ס גוטסקייט אז ער איז איהם מקבל בתשובה.
נאך הערן די ווערטער קומען דאך ארויף פאר א מענטשן אלע סארטן קשיות, אויב איז אמת אז אלעס וואס גאט טוט איז נאר כדי גרויס צו מאכן און צו ווייזן זיין גוטסקייט, אויף די וועלט, אם כן פארוואס ליידט איך אויף די וועלט, פארוואס אנדערע וואס טוען נישט רצון השי"ת ליידן נישט אזויפיל ווי מיר? וכו' כו'.
דער תירוץ אויף דעם איז פשוט, סישטייט אין פסוק, בנים אתם לה' אלוקיכם, מיר זענען קינדער פון גאט, און פונקט ווי א מענטש זאל נישט לאזן זיינע קינדער זיך דרייען אין סוער, כאטש דער קינד זעהט נישט קיין חסרון אין דעם, אבער דער טאטע וואוסענדיג די חסרון פון דעם וועט ער איהם ארויסשלעפן מיט געוואלד, און בשו"א נישט לאזן דעם קינד אין די שמוץ, ער וועט איהם אראפנעמן פון איהם אלע שמוץ כאטש דאס עט ווייטוהן דעם קינד, אבער אן אמת'דיגע רחמניותדיגע טאטע וועט דאס נישט צולאזן.
די זעלבע און נאך אסאך שטערקער איז כלפי דעם אייבערשטן מיט אונז, דער אויבערשטער ווייסט וויאזוי מיר קוקען אויס, ער ווייסט פונקט ווי ווייט אלע פון אונז זענען פון איהם, און ער וועט נישט צולאזן אז מיר זאלן אזוי בלייבן, ער וועט טוהן אלעס מיר זאלן נישט בלייבן פארשמירט מיט די צואה, ער וועט אונז באשטראפן, ער וועט אונז אפקלאפן פון די מאראסט, וכו' כו', אבי מיר זיינע קינדער זאלן זיין ריין, און די ארבעט איז אויף אונז איהם גרינגער מאכן די ארבעט, דורך לויפן צו איהם און זאגן גאט מיר פארשטייען דיין ווינק, און מיר וועלן מער זיך נישט שמוציג מאכן, און דאן נעמט דאס אליין אראפ א גרויס שטיק מאראסט, אבער דאס איז זיכער אז אלע זאכן וואס א מענטש ליידט אויף די וועלט, און אויף יענע וועלט איז כולו רחמנות, אין בו שום שמץ של נקמה, אדער שלעכטס חס ושלום.
איצט צום ענין, א מענטש דארף זיך א גאנצן ארומדרייען מיט א שמחה, זיין פרייליך אז ער האט אזא גוטע טאטע אין הימל, וואס דאגה'ט פאר איהם געט איהם אלעס וואס ער באדארף, לופט צו אטעמען, וואסער צו טרינקן, וכו' וכו', און פון די אנדערע זייט דארף ער זיין פארווייטאגט אויף דעם וואס ער איז ווייט פון גאט, דורך וואס ער האט בוחר געווען צו טוהן עבירות, נו וויאזוי קומען זיך צוזאם די צוויי זאכן, זאגן שוין צדיקים, עיין בשו"ת דברי יואל, דאכצאך סימן ל' אדער סימן לא, זאגט ער דארט פאר א אידן, וואס האט געזוכט א דרך לתשובה, זאגט ער איהם אז איין שעה אין טאג זאל ער זיך אויסגיסן זיין הארץ צו גאט, בין תנור לכירים, ושאר כל היום זאל ער זיין פרייליך און גלייבן און האפן אז גאט האט אנגענומען זיין תשובה.
איז דאך קלאר וואס שמחה איז מ'פריידט זיך אז מ'איז א איד און מ'האט אזא גוטע טאטע, הוללות משא"כ איז ווען דער מענטש זאל נישט אזוי טראכטן נאר ער וועט זיין ביזי ווי ווייט ער איז פון גאט, דאן ווען ער וויל זיך פרייליך מאכן נעמט ער ארויס א סטיריא זאל קנאקן פון דא ביז פאריז, דאן ווערט ער פרייליך טאקע אבער דאס איז נישט קיין שמחו בה'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 05:48 |
|
| |
א גרויסן יישר כח הרב התאחדות פאר די ווארימע דברי חיזוק והתעוררות, אין די בחינה פון נגוף ורפוא, א שטויס און א גלעט, מעורר דעם מענטש צו תשובה און תיקון המעשים בשעת מיט די אנדערע האנט גלעט ער אים אין פנים זאגנדיג, אה, ביסט דאך אזוי גוט און פיין.
איך שטעל זיך פאר - הרב התאחדות - אז איר זענט פון די אידן וואס זענען פורים העפי לייק נעווער ביפאר, אלזא, וואו קען מען אייך טרעפן בעצם היום ???
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 22:25 |
|
| |
kramer s
sefusayim yishak the minkatche vort is really great & mamosh very true
hisachdus makes a good point about hisbodedus that is whats so wonderful on purim you can make hisbodedus wherever you are we all take off the gavedika mura shchoira & come strait to our great sweet fatherr who's biggest pleasure is to hear the small zindiga menchalach from so far how we beg for our own simple stuff like paying con edison, the baby cries at night, or just asing for a little hapiness , satisfaction & a sense of fulfilment
so guys purim is the time to face hashem face to face & say what we want to say but are embarresed he willl know any way what we want to talk about cause he knows everything so why b fool ourselvees
|
|
|
|
|