| נשלח ב-12/3/2006 19:32 |
|
| |
איך האב א מוראדיגע חשד!
קודם שלום עליכם. איך האלט שוין מיט דא א לאנגע צייט וואס עס טוט זיך, איך זעה אז די נייע
ניקס ווערן אזוי עפעס קאלט אויפגענומען, ווייל זיי ווערן פארשווינדען די נעקסטע טאג. קרעמער
רעדט זיך אסאך אפ אויף דעם.
איך פארשטיי עס נישט געהעריג, ווייל קיין איין קרעטשמע אויפן גאנצען כדור הארץ פארלאנגט נישט
אז די דורכגייער זאלן זיך קובע מקום זיין דארט אויף אייביג. איך האב שוין אסאך ארומגעוואנדערט
איבער די דערפער און יעדעס מאל האט מען מיך געוואלט ארויסזען פון דארט ווי שנעלער. נישט אז
איך זאל בלייבן דארט. מיינע קאלעגעס אלע ארחי פרחי'ניקעס האבן זיך כסדר געווינדערט וויאזוי
איך נעם עס אן מיט אזא גלייכגילטיגייקט. זיי פלעגן פייטן עד הסוף צו בלייבן אינעם קרעטשמע.
מיין אנטווארט פלעגט אייביג זיין "אפשר לתקן", א סלאגאן וועלכע איך האב קאפירט פון א צווייטע
ארחי פרחי וועלכע פלעגט נאך יעדע פראבלעם זיך אונטערברומען אינטער די דיקע געקראזעלעט שוואנצן
"אבי מלעבט".
מלמד שלא ירד יעקב להשתקע שם. מיר באלאנגען נישט דא אויף דעם וועלט. און וויפיל מיר זענען יא
דא דארף מען מאכן זיכער אז וויפיל מען קען מקלקל זיין קען מען מתקן זיין! וכל שכן נישט בלייבן
אין א קרעטשמע מער ווי א וואך צייט. עס איז נישט אויסגעהאלטן! דעריבער טייערע קרעמער, איך גיי
נישט דא בלייבן אויף די נעקסטע פינף און דרייסיג יאר! איך האב נישט די זיץ פלייש דערצו, און
איך קען נישט!
איך פלעג דאס זאגן פאר אלע קרעמערס פון אלע קרעטשמעס, און זיי אלע האבן זיך מחיה געווען. זיי
האבן מיך געוואלט ארויסזען וואס פריער. און דא אויב דארפסטו מיר שטארק האבן, וועסטו מוזן
מוותר זיין אויף די הנאה.
*
זיצענדיג דא פריער אויפן שטרויענעם סאפע, הויב איך אויף דער בלאט פון די וואך, און מיינע
אויגן זענען געפאלן אויף א ארטיקל וואס רופט זיך "פארוואס יא". אזא פורמדיגע ארטיקל.
איך ליין עס מיט אזא טיפקייט, ווען איך שיס אויס יעדע וויילע אין א געלעכטער פון די לשונות
מתוקים בדבש. איך קלער אבער צו מיר, צו דער שרייבער איז מיר באקענט פון ערגעץ.
פלוצים באמערק איך ווי די אייזענע פרידזשעדער טיר איז אפען א האלבע אינטש, און קרעמער און
נאטורליך שטייען דארט איינער אינטערן צווייטן און קוקען זיך צו ווי איך ליין.
מיין חשד איז געווארן שטערקער, איך בין ערנסט חושד אז איינע פון די צוויי האבן עס געשריבן.
(אדער גאר ביידע צוזאמען?) זיי ווילן זען וויאזוי איך רעאגיר צו זייער באשרייבונג.
ווען איך האב זיך אויפגעשטעלט צו זיי האבן זיי מיט א שטארקייט געגעבן א קלאפ צו דעם טיר. אז
איך זאל זיך נישט קענען פארבינדען מיט זיי.
איך וויל דעריבער דא ברבים אריינשרייען אין זייער באהעלטעניש ארט:
נאטורליך!!!! די האסט געשריבן דעם ארטיקל!!!! פארוואס שעמסטו זעך?????????????
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 19:54 |
|
| |
שלום עליכם און צאתכם לשלום, אזא חשוב'ע גאסט, מר. אפשר לתקן!
פתח בכד וסיים בחבית, איר הייבט אן אז קרעמער מיט/אדער נאטורליך האבן געשריבן דעם ארטיקל, אבער איר ענדיגט מיט א געשריי צו נאטורליך אליין, אלזא, וואס האט אייך געמאכט טוישן אייער מיינונג?
אגב, דעם ארטיקל פון וואס איר רעדט האב איך נאכנישט געזען, אבער איר האט נישט שלעכט געטראפן, ווייל "קרעמער" האט יא געהאט א יד אין איינע פון די סארט ארטיקלן, ואידך פירושא זיל גמור וד"ל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 00:12 |
|
| |
אמר רב פפא היינו כד היינו חבית.
אין דער אמתן האט זיך שוין נאטורליך פון ליינג מודה במקצת געווען אז ער איז קרעמער, דער פראבלעם איז אז קרעמער וויל זיך נאך נישט מוידה זיין ועומד על דעתו אז ער און נאר ער איז נישט נאטורליך.
|
|
|
|
|