בית פורומים היימישע קרעטשמע

וויפיל פאכן קענט איר שוין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2006 04:53 לינק ישיר 
וויפיל פאכן קענט איר שוין

איז אזוי די לעצטע צוויי דריי וואכן האט מען מיר געקאט די ארבייט, דאס מיינט, אז מהאט אראפגענומען עטליכע פונקציעס פון מיין פלייסע, און איך האב באקומען אן אסיסטענט ווי מריפט עס, צוזאמען מיט דעם איז צוגעקומען נאך עפעס, זייער אסאך איבריג צייט, נו איך זיץ דאך ביי א קאמפיוטער וואס האט דאך אינטערנעט, האט מען יעדע זאך וואס איך האב געזעהן, דורך געארבייט, ווי למשל איך בין געזיצן אין אפיס, און ארויס געקוקט פון פענסטער, און איך האב באמערקט א פליגער, איז מען געגאנגען פינקטליך אויסארבייטן וויאזוי דאס ארבייט, איך קעןן שוין אפילו פירן א פליגער, לאכט נישט איך ווייס שוין פינקטליך ווי אזוי מליינט א ראנוועי, וואס די קליינע טעוועלך מיט די עי בי סי מיינט, וויאזוי מפירט ארויף דעם פליגער ווי אזוי מרעדט צום קאנטראל טאוער, איך בין שוין געזיצן עטליכע שעה, און מיטגעהאלטן פינקטליך יעדע פליגער ווען ער הייבט זיך, ווען ער לאזט זיך אונטער, צו די ראנוועי איז שוין קלעיר צו טעקסיען וכדו', אזוי אויך ווייסאיך שוין פונקטליך וואס א פלייט אינטענדענט דארף וויסן, און וויפיל זיי מאכן, בקוציר איך קען שוין עפענען אפילו א עירליין.

אזוי אויך איך האב געזעהן די באנק פון פענסטער, איז מען געגאנגען זיך אויסלערנען פינקטליך ווי אזוי די בענק סיסטעם ארבייט, וויפיל א באנק מענעשער מאכט, וויאזוי די באנק סיסטעם און אמעריקע ניצט איבער יעדן דאלאר 10 מאל.

ארויסקונדיג, זעה איך א רעסטראנט, נו בין איך פינקטליך דורך געגאנגען די פראדעצאר וויאזוי מווערט א גוטער קעכער,

בקוציר, בין איך די לעצטע פאר טעג געווארן א בעקער, א פילאט, א בענקער, א אקטיאר, א זשורנאליסט, און  איך געדענק שוין נישט אליינס פינקטליך וואס אלס,

בין איך אזוי סתם נייגעריג צו וויסן וואספארא פראפענשאנס, איר קענט שוין אלס,

און אגב, לכבוד פורים האב איך געלאזן מיין פאנטאזיע אביסל פארן, לאמיר זיך אימעזשענען, ווי די גייסט ארויף אויף היימיש עירליינס, וואס וועט פליען קיין א"י ביים טיר פון פליגער וועט שטיין אן היימישער אינגערמאן אנגעטוהן אין די מונדירן פון היימיש עירליינס, און אייך שיין באגריסן אויף אידיש, איר זעצט זיך אראפ האט איר א גאנצע ליסטע פון עמ פי טריס וואס איר קענט אויסהערן פון ר' יוסף חיים גרינוואלד, אדער א ניגון פון יונתן שווארץ, איר זיצט אין הערט אויס די פינקטליכע אינפארמאציע אויף אידיש, און נאכדעם הערט איר "ברוכים הבאים אויף היימיש עירליינס פלייט נומער, פיר הינדערט זעקס און דרייסיג, קיין ארץ ישראל, דא רעדט צו אייך קאפיטאן זרח פעפער, פון אלט וויליאמסבורג, די אינטער קאפיטאן איז יענקל פיקלעשפארגן, פון סקווער, מיר האפן ביז עטליכע מינוט זיך צו הייבן, אזוי ווי סאיז דא א לאנגע ליין האפן מיר צו מאכן א שארקאט דורך'ן גראז, ביטע זיך צובעלטן און אכטונג געבן אז די קאנטראל טאוער זאל אונז נישט באמערקן, מיר האפן אי"ה אנקומען קיין א"י און ארום צען און אהאלב שעה, דערווייל ביטע איינזיצן רואיג, נאכן זיך הייבן וועט מען דאווענען מנחה אינעם ביהמ"ד פונעם עראפלאן, מבעט מזאל לאזן די רבנים זיצן אויבן אן, א דאנק פארן אויסוועלן היימיש עירליינס, קאפיטאן פעפער"

אדער איר קומט אן אין באנק זיצט א היימישער אינגערמאן אלס טעלער, אדער וכדו'.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 04:59 לינק ישיר 


טאגליכט, האסט דיך נישט ג'חלומט אז די דרייווסט א "ברינקס" טראק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 05:01 לינק ישיר 

טעק איט איזי וואן עט עי טיים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 05:06 לינק ישיר 

אז די קענסט די פאך קענסטו אויף געבען דיין דזשאב מיט אלע אנדערע חלומות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 05:10 לינק ישיר 

נאטורליך; גראדע זע איך נישט די גדלות פון דרייון יענעמ'ס ברינקס טראק..... אן אייגענעם העט איך ווען יא ענדזשויט. (אן אנגעפילטע פארשטייט זיך).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 05:10 לינק ישיר 

טאגליכט;

איך מיין די האסט זיך פארמישט, זרח פעפער איז פון די קרעטשמע, און נישט פון אלט וויליאמסבורג.
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/3/2006 05:28 לינק ישיר 

3X0;

עס איז אלו ואלו דברי פאטעיטע קנישעס, ווייל זרח פעפער איז דאך שוין נעלם געווארן פון דא כמעט דריי חדשים צוריק, קען זיין אז אין די צייט אפשניט האט ער זיך געלערנט פירן אן עראפלאן ביי היימיש לופט ליניע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/3/2006 05:29 לינק ישיר 

נאטורליך, פון קענען ביזן אננעמען איז דא נאך א זאך וואס רופט זיך וועידש, וואס אויף מיין איצטיגע ארבייט באקום איך 3 מאל אזוי פיל וויפיל די  ברינקס טראק דרייוווער מאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 06:01 לינק ישיר 

טאגליכט;

לאז מיר דיר נעמען אביסל אויפן צימבל

יעצט איז דאך ביינאכט, א חוץ אויב דו פירסט יעצט דיין היימישע עראפלאן איבערן מדבר סאהארא

אלזא, ביינאכט גלייב איך נישט אז דו פלעגסט שווער ארבעטן ווען דו האסט נאך יא געהאט אלע פליכטן, און נישט פארמאגט קיין אונטער-שלאק-שמש

איז, וואס איז די מעשה? וועסטו זיך טאקע נעמען מער ארבעטן (ליין: שרייבן שטותים אין קרעטשמע) יעדע נאכט, אויפשטיין שפעטער, אריינקומען שפעטער אין דזשאב, און אזוי ווייטער כגאלגאל החויזער, כגאלגאל החויזער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/3/2006 15:21 לינק ישיר 

איך וועל פרובירן, איך מיין טרייען מיין בעסט, למעשה קום איך היינט צוטאגס שוין שפעטער אין ארבייט, היינט, נאר אזוי ווי איך דארף אוועק גיין פרי לכבוד פורים בין איך געקומען פריער מיט א שעה ווי געווענליך, איך האב נאר איין פראבלעם, אז איך האב נישט אזאלכע גוטע מאמרים, און איך בין אויך א קנאפער תלמוד חכם, ממילה טרעף איך געווענליך נישט וואס צו שרייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 17:12 לינק ישיר 

ווייסט וואס יענער האט אמאל געזאגט?

"פראווע נישט אזויפיל עניוות, ביסט גארנישט אזוי גרויס"

(איך רעד נישט צו דיר דוקא..)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וויפיל פאכן קענט איר שוין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext