המן ווי מיר ווייסן, איז געהאנגען געווארן פסח. דאס איז מיר שטענדיק געווען א רעטעניש, פאר וואס האט מען געווארט מיט דער תלי" /> פורום: היימישע קרעטשמע - איצט בין איך געוואיר געווארן. – בחדרי חרדים
בית פורומים היימישע קרעטשמע

איצט בין איך געוואיר געווארן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2006 16:22 לינק ישיר 
איצט בין איך געוואיר געווארן.

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" /> 


המן ווי מיר ווייסן, איז געהאנגען געווארן פסח. דאס איז מיר


שטענדיק געווען א רעטעניש, פאר וואס האט מען געווארט מיט


דער תליה ביז פסח.


 


לעטסנס בין איך געוואויר געווארן די סיבה דערפון, און וואס


פינקטלעך איז דארטן אין שושן פארגעקומען. די מעשה איז


געווען אזוי:


 


פורים, באלד נאכן גרויסן נס, בשעת המן איז געשטאנען אן


אפגעגאסענער פון זיין ווייב זרש, האט מען אים א כאפ געטון,


געבונדן און געפירט צו דער תליה. טויזענטער יידן זענען זיך


צונויפגעקומען, אלץ איז שוין געווען צוגעגרייט. פלוצלינג האט


זיף צוגעשטופט צו מרדכי עפעס אן עסקן און אים געזאגט אז


עס איז א וועלטס מנהג, אז פאר מען פירט אויס א טויט-אורטייל,


פרעגט מען דעם פארברעכער וואס איז זיין לעצטע בקשה. האט


זיך מרדכי געווענדעט צו המנ'ן און אים געפרעגט: זאג נאר,


המן, וואס איז דיין לעצטע בקשה? האט המן געענטפערט: איך


וואלט זייער געוואלט עסן אן ארבוז ((water melon פארן


טויט. מרדכי איז דערשטוינט געווארן. וואס איז מיט דיר, המן?


-האט ער א זאג געטון- ביסט צעחושט צי וואס? פון וואנען


זאל איך דיר ברענגען אן ארבוז אין מיטן חודש אדר?. מאכט


נישט אויס, האט המן געענטפערט, איך האב צייט, איך קאן צו


ווארטן.


 


האט מען צוגעווארט ביז די ארבוז זענען געווארן רייף. אהער


אהין, איז שוין געווארן פסח.


 


דאס האט מיר דערציילט צוריק מיט א פאר וואכן א פארלעסלעכער


ייד, א געבוירענער פון שושן וואס איז געווען דערביי. דער ייד האט


נישט לאנג עולה געווען קיין ארץ ישראל.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 17:20 לינק ישיר 

מאטעס;

יישר כח פאר די גוט-ווארט

איין שטיקל טעות האסטו געמאכט, המן איז נישט באגאסן געווארן דורך זיין ווייב זרש (גלייב מיר, ווען זרש וואלט געקענט וואלט זי אים אליין אנגעגאסן, אבער זי איז מסתמא געווען דאן אין די אנדערע טעג), נאר דורך זיין טאכטער'ל.

און פון וואנעט מיינט איר האט דאס טאכטער פארמאגט אזויפיל פון די סחורה?

אה, דאס איז א מפורש'ע תרגום, דער תרגום שרייבט (אסתר ה', א') אז המן האט געוואלט ווערן דער שווער פון אחשורוש, און האט אונטערגעשיקט זיין טאכטער צווישן אלע צוזאמגענומענע מיידלעך, און השי"ת האט געמאכט א נס אז זי פלעגט זיך יעדן טאג פארשמירן מיט די ריכטיגע מעשה (זעט אויס אז זי האט געהאט א שלשול), און פון איר מויל איז ארויסגענומען א ריח וואס איז נישט געווען אזוי ניחוח, דערפאר האט אחשורוש אויסגעוועלט אסתר אנשטאט המן'ס תכשיט'ל.

קען זיין - און אויב התאחדות וועט מיט מיר מסכים זיין - אז המן'ס טאכטער האט אוועקגעלייגט די סחורה אויף צו נוצן אקעגן אסתר ווען די צייט ווען זיין רייף, און יעצט ווען זי האט געזען מרדכי'ן שלעפן איר פאטער (אין איר דמיון) האט זי אויסגעגאסן די גאנצע פארזאמעלטע טינופת אויף איר פאטער, און ער האט געשלעפט נחת פון איר א מחי'.

אגב, האב איך געהערט (ליין: געקלערט) אז אחשורוש האט מסתמא פארמאגט JNET, ווייל אויב נישט וואלט ער זיך געקענט איינשפארן אסאך ארבעט, ער וואלט נישט געברויכט שטעלן קיין הגי אדער הגי (מיט א קמץ פתח צירי), ער וואלט נישט געברויכט שיקן קיין שלוחים אין קכ"ז לענדער אויפצוזוכן די ריכטיגע כלה, ער מאכט איין סורטש ביי די אומצאליגע שידוכים וועבזייטלעך און ........... אלא מאי, ער האט געהאט JNET, און עס איז ארויפגעקומען ACCESS DENIED, האט ער געמוזט גיין אויף דעם אלטמאדישן וועג פון צוזאמקלויבן מיידלעך קיין שושן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/3/2006 18:00 לינק ישיר 

קרעמער אזוי שיין און באטעמ'ט יאך האב נישט אויפגעהערט לאכן פון די דזשעי נעט, עני וועי, איך בין מסכים צו דיין פשוט פשט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 19:06 לינק ישיר 


קרעמער יו פוט עי סמייל אן מיי פעיס... די דזשעי נעט איז א גוטס.. כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 20:40 לינק ישיר 

איך געב יעדן רשות דאס איבערצוזאגן אום פורים, אבער נאר בשם אומרו... "קרעמער טענה'ט אז אחשורוש האט געהאט נאר דזשעי-נעט".




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איצט בין איך געוואיר געווארן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext