יישר כח טו-די-טינג פאר די נוצליכע אינפארמאציע, פראבלעם איז אז איך ליין דאס יעצט.. שושן פורים אינדערפרי. אבער נישט גע'דאגה'ט, איך האב ב"ה אליין מכוון געווען צו די אלע זאכן וואס דו האסט דא מחדש געווען, איך האב אליין געשריבן פאריגע וואך אז מען זאל טרונקן זויערע וויין. כשאני לעצמי, האב איך געטרונקן נאר איין סארט וויין, א שטארקע זויערע צוואנציג פראצענטיגע וויין. איך האב געארבעט מיט א סיסטעם, געטרונקן איין גלעזל, געשפרונגן געטאנצן, נאך א שטיקל צייט געטרונקן נאך, עס האט געארבעט וואונדערבאר. פרעגט אייך נאך ביי די אנשי שלומינו וואס האבן ערהאלטן פון מיר א טעלעפאנישע רוף בעצם יום הפורים.................... איבריג צו זאגן אז איך האב ב"ה געהאט א רוהיגע נאכט, אן קיין קאנסקווענצן פון די וויין.
|
|