צוואנציג צפיות זענען געווען פון מיר, דא האסטו צוואנציג מענטשעלעך.
נשלח ב-20/3/2006 17:00
יעצט דערמאן איך זיך אז איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם, די מעשה איז, אז ביז ווילאנג מ'דאנלאוד עס, קוקט מען שוין אנדערע אשכולות ממילא פארגעסט מען צוריק צו קומען און ארויסווייזן דאנקבארשאפט.
איך בעט דיר איבער איך טוה זיך פאר דיר באדאנקן פון די טיפענישן פון מיין הארץ, פאר די הנאה וואס דו האסט מיר גורם געווען.
נשלח ב-20/3/2006 18:44
איך האב דעם קליפ שוין באקומען כאטשיג 10 מאל אין אימעיל און עס איז מיר נישט געוועהן
אינטערעסאנט.
דאס האסטו געוואלט הערן?!
נשלח ב-20/3/2006 19:11
משנה-ללמך..; גם אני מצטרף לדברי שנאפס, עס טוט מיר זייער וויי צו ברעכן די נייעס פאר דיר חבר לעבן, אבער דער קליפ איז אלט ווי דוראסעל אליינס, און איך האב דאס שוין זייער לאנג צוריק געזען, ואתך הסליחה.
== מיין ערשטע קליפ איז געווען די היינט שוין באקאנטע קליפ וויאזוי אן עראפלאן לאנדעט אויף די דאך פון א קאר אינמיטן א הייוועי (איינער ווייסט פון וואס איך רעד?), א חבר האט דאס מיר אריינגעשיקט אויף אימעיל, אבער היות איך האב דאן פארמאגט דייל-ארויף האט דאס גענומען בערך אנדערטהאלבן שעה אראפצולאדענען, און זינט דאן האב איך געבעטן פון מיינע חברים זיי זאלן מיר פריוואט א טובה טאן, און אויפהערן שיקן קליפס אדער בילדער.