דיפלאמאט, דער ציהל פונעם פורום איז געווען כשמו כן הוא, מרבה צו זיין ידיעות צווישן דעם היימישן עולם, עס האט זיך פארשפארט טאקע צוליב די סיבה וואס דו ברענגסט אזוי גוט ארויס, קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם פורום צו זאגען, און כדי א פורום זאל אנהאלטן זיין חיונה פעלט זיך אויס פובליסיטי, שרייבער און ליינער, ופשוט ודוק.
גראדע האב איך נעכטן געפונען א נייע ארט וואו זיך צו באזעצן, ווען בהשגחה פרטית האט זיך געגרינדעט די נייע "האלט, דא טראכט מען" פורום, וואס אויב עס זאל זיך אויסארבעטן (די שאלה איז נישט "אויב" עס וועט זיך אויסארבעטן, די שאלה איז אבער אויב עס וועט זיך אויסארבעטן צו מיין געשמאק, עס זאל זיין מיין גלעזעלע טיי - אזוי צו זאגן) וועל איך זיך אי"ה קובע זיין דארטן.
איך האף אייך צו טרעפן דארטן!
|
|