new store in town: treasure chest
קום איך יעצט צוגיין פון מיין פאסט קעסטל, און איך וויל מיט אייך מיטטיילן און איבערשמועסן אן אינטערסאנטע ארטיקל וואס האט געכאפט מיין אויג אינעם וויליאמסבורגן בולעטין.
צוערשט וויל איך מקדים זיין אז איך בין נישט אין ביזנעס מיט די געשעפט וואס איך בין אויסן איבערצושמועסן דא, איך בין בכלל נישט אין ביזנעס...
אויך וויל איך נישט דא אדווערטייזן די וויליאמסבורג בולעטין, הגם איך בין זיי שולדיג אן הכרת הטוב, זייענדיג די איינציגע צייטונג וואס קומט אן אומזינסט צו מיין פאסט קעסטל יעדע וואך.
אבער די ארטיקל אויפן ערשטן בלעטל פונעם מוצאי שבת ויקהל פקודי וויליאמסבורג בולעטין האט מיר געגעבן א וועק אויף, זיי רעדן דארט ארום איבער א נייע סארט געשעפט וואס האט זיך געעפענט אדער גייט זיך בקרוב עפענען (גלייבט מיר אז איך האב נאכנישט געליינט דעם ארטיקל! איך האב געזען דעם העדליין, געבליקט אינעם ערשטן פאראגראף, און זיך אראפגעזעצט דאס איבערשמועסן מיט אייך) אין וויליאמסבורג מיטן נאמען "טרעזשור טשעסט" (שאץ קאמער).
די רעיון פון דעם געשעפט איז א פשוט'ע, זיי וועלן פון אייך אפקויפן אלע איבריגע נוצליכע אפלייענסעס און אביעקטן וואס לייגן אן אייער הויז און איר ווילט זיי ארויסזען ווי פריער, און וועלן דאס פרובירן ווייטער צו פארקויפן פאר קאסטומערס וואס ווילן צאלן א ביליגערע פרייז אויף די סארט נוצבארע אין גוטע צושטאנד ארטיקלן.
איך ברויך נאך אפליינען דעם ארטיקל איידער איך געב א פונקטליכע אפשאצונג און באהאנדלונג אויף די גאנצע טעמע, אבער איידער איך טוה דאס, וויל איך באשטעלן א מואווינג טראק פארענט פון מיין הויז, ווייל איך האב א מיליאן און איין זאכן וואס "ברויכן גיין"... יא געלט נישט געלט, גוטע צושטאנד פארהאלטענסמעסיגע צושטאנד, ארויס פון מיין שטוב!!!!
 |
|
|