| נשלח ב-27/3/2006 23:18 |
|
| |
איך גלייב נישט וואס איך זעה...
איין שיינעם מאמענט געב איך מיר א שפאציר אריין אין די נארוואס איבערגעפלאסטערטע קרעטשמע (יישר כח טאקע פאר יגרסהדותא און די אנדערע וואס האבן מנדב געווען די פעינט, און נישט געשפארט קיין צייט און געדולד אויפצופרישן די קרעטשמע לכבוד ... נו נא אקעי, איר ווייסט וואס איך מיין? די ווארט וואס מען זאגט נישט... ווייל עס ברענגט ארויף די בלוט-פרעשור ביי מאנכע), און איך מערק אז יאנאש דרייט זיך ארום מיט א נייע G&B קלאדינג סוט, מעשה פריץ, משה מענטש, איך ווער ווילד, איך פרעג אים: מי שמך לראש???? ווער ביסטו???
צייגט ער מיר אן אויפן טאוול אינדערהייך וואו עס שטייט מיט גרויסע אותיות: נייע מנהל משנה: "יאנאש"!
איך בין זייער איבערגענומען געווארן, איך האב אנגעהויבן שרייען מיט באנומענע קולות: מזל טוב!!!
איך בין געווארן זייער עמאציאנעל זעהנדיג המשכת הדורות... איין מינוט, איך גיי נעמען א טישו
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 23:55 |
|
| |
קרעמער דאס איז נישט געשעהן פון איין מינוט אויף די צווייטע, א גרויסער מיטינג איז היינט פארגעקומען היות מיר האבן געהאט דא דעם יענטאש, אלזא האמיר זיך בארעכענט, היות נאט טו קען נישט געהעריג ליינען ער האט נישט קיין צייט ער איז ביזי אלזא זיך אומקוקענדיג אויף די חברי הקרעטשמע איז געפאלן פאר יענטאש דעם יאנאש מיט די פינגער אזוי וואו סיז באוואוסט, סאו האט ער פארגעשלאגן אז מ'זאל איהם אויפנעמן אלץ מנהל, די גאנצע באהערדע קוקען זיך אהן אזוי וואס טוט מען דא?
האט מען אנגערופן קול מבשר, און מיהאמיר געהערט אז סיז דא א דזשי בי קלאטינג, געגאנגען און געטוהן, נאט טו ביזי איז דאך נישט ביזי ער פארט אראפ צו טוירטין טוירטי טוירט סטריט און קויפט איין פאר יאנאש דעם גאנצען געשעפט און ער זעצט איהם אריין צו די באהערדע.
יאנאש קוקט אזוי ווי דער האן אין בני אדם, סיז שטיל מ'וויל איהם אויסטרייען, און ער נעמט ארויס א טשעקערס, אוי איז געווען בזיונות, אבער חוץ טשעקערס האף איך קען ער זיין א מנהל אויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 00:10 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב פאר וועם ס'קומט זיך, גלייבט'ס מיר ס'איז מיר אסאך מאל שווער דא צוזאגן נעמען די צינג מיט די גומען פארהאנקענען זיך, אזעלכע קאמפליצירטע שמות,
געטס א קוק מיין אויסערליכן קוק, יענטאש מיט יענאש, אויב כ'העל איינעם באגריסן און זיך טועה זיין מיטן אות ט' קען מען מיך נאך אריינלייגן אינעם "ח'.." זאל נישט אויסגערעדט זיין.
דער וואסער טרעגער מיטן האלץ האקער, שוין גרינגער צו חזר'ן די חילוק פון ט' און מ' ווי איידער דאס.
און מיין נאמען יגרסהדותא, טאקע אויך שווער, און וועגן דעם רופט מען דאס יגר'ל און פארטיג
און נישט אויסגערעדט זיין, די נייע סוט וואס מ'האט זיך דא געקויפט G&G און G&B... באלד אזוי נאנט ווי דער חילוק בשעת די מכות, ווען האבן זיך די מצרים מער געקראצט ביי כנים צו ביי שחין?
וואס א חילוק, מנהל משנה, נעם די זאך און די הענט, און מאך דא סדר. אבער ביטע, אן קיין 10 מכות..
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 01:01 |
|
| |
יגר'ל;
זעט אויס אז דו ווייסט נאכנישט אז "שחין" איז בעסער ווען מען לאזט דאס צורוה, קראצן מאכט נאר ערגער...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 02:55 |
|
| |
מצורף קובץהו הא! יאנאש! יעי!!!!!!!!.........
קאנגראטולאציעס יאנאש די אלטער,
כ'האף אז דו וועסט דינען אלץ רוקן האלטער,
פון די קרעטשמע וואס איז אזוי שיין,
וועם איך לאז לעצטנס אזוי סאך איבער אליין.
אבער איצט אז דו ביזט געווארן דיזי,
און איבערגענומען נאט טו ביזי,
ביזט געווארן אויס פארנומען אינגאצן,
און אין די באעהרדע ארויפגעטאנצן.
ענדזשוי עס מאך א לעבן,
אבער משקה זאלסטו מיר נאך אלץ געבן,
ווייטער אנגרייטן די טישן,
און די מיקסעס אויסמישן.
איין סוד וועל איך דיך יא אויסזאגן,
אז דיין קרוינונג טוט א פאליטישע סטראטעגיע פארמאגן,
ווייל אז דו ביזט מנהל משנה אויף אן אפיציעלן אופן,
וועסטו אלס ראש הקהל מער נישט קענען לויפן.
איצט ביזטו שוין אינגאצן צעמישט,
געפעלט דיך יא צו געפעלט דיך נישט,
קענסט שעלטן און ברומען,
אין א פאסטקע האט מען דיך אריינבאקומען.
אבער יעצט גיי טאנצן און זינגען,
הוליען און שפרינגען,
ביז אין הימל אריין,
לעבעדיג זאל זיין.
---------------------------------------------------------------
קוקטס נאר עס טוט זיך שוין לוסטיג לעבעדיג, מען טרינקט און מען
פראוועט.
אט איז א פרישער בילד ביי די 'אויפנאמעס פארטי' פון דעם אלטן 'מנהל
משנה' נאט-טו-ביזי' מיט דעם נייעם 'מנהל משנה' אנגעטון אינעם שיינעם
סוט פון בי ענד דזשי....כמיין דזשי ענד אי...... כמיין אי ענד דזשי...... אוי.....
עעםםם...... וואטעווער.......

 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 03:24 |
|
| |
יענטאאש!!!!!!!!!!!!
אויסערגעווענליך גוט באשריבן, ווי געווענליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 05:52 |
|
| |
קרעמער;  נאדיר איינס פארן קאמפלימענטירן יענטאאש'ן, איך האב עס אויך געוואלט טון.....
יענטאאש; וואס מיינט דאס ? און די מיקסעס אויסמישן. וואס איז מיקסעס? מיסטער .
יאנאש; מזל טוב פארן ווערן אויפגענומען אלס ראש הקהל !
מזל טוב מזל טוב זאלסט דערלעבן ביי די קינדער און אייניקלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 06:06 |
|
| |
משנה ללמך;
אז דו ווייסט נישט וואס "מיקסעס" מיינט, ביסטו שוין לאנג נישט געווען אין קיין באר
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 06:14 |
|
| |
קרעמער יו אר ראנג. יענטאאש איז שוין אויך לאנג נישט געווען אין קיין באר, און ער ווייסט יא וואס ס'מיינט .... [איך האף אזוי ]
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 18:57 |
|
| |
יענטאאש;
יאנאש ווייסט טאקע נישט וואס צו טאן, לויט די שטאטוטן קען יאנאש נאך יא לויפן אלץ ראש הקהל, אבער אז די ביסט צוריק (אין אויער "קרעמער איז שמש" זאג נישט פאר קיינעם) מיין איך אז די העסט יא בלייבן (דערווייל) ראש הקהל.
יישר כח יעדן איינעם פאר די ווארימע ברכות, עס דערווארימט באמת דאס הארץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 20:19 |
|
| |
מיין מחאה אויפן העכסטען פארנעם וואס שייך, אז "קרעמער" דינט סתם אלטס "שמש" מיינט נאך בכלל נישט אז ווען מ'זאגט "קרעמער שמש" זאל נישט צוגעלייגט ווערן די ווערטער "הויכגעשעצטער שמש".
דער "הויכגעשעצטער שמש" האט גענוג א רייכן גאלדענעם היסטוריא און איז ווערט דערמאנט צו ווערן מיט הכנעה'דיגע אויסדריקן
דער "הויכגעשעצטער שמש" האט שוין מיין קאפ געשוירן און איבערגעלאזט דעם "מקום של תינוק רופף" אומבאשעדיגט.. אזוי האט ער מיר געזאגט..
דער "הויכגעשעצטער שמש" האט מיר געגעבן עליות ענדענדיג מיט א הילכיגן "צוה לברכם" שפארענדיג מיר דערביי אלפים ורבבות "טירט-פארטיי" טשעקס
דער "הויכגעשעצטער שמש" מיט זיין גאלדענעם הארץ גייט ארום יעדן פרייטיג צונאכטס און טיילט פונעם זילבערנעם טאביק פושקע וואס געט היבש צו נאכדעם צום הילכיגן געקלאטשעריי וואס טוט זיך ביי אונז אין קרעטשמע ביי "בואי בשלום".
ער דערלאנגט קלעפ מימין ומשמאל פארווער ס'פרובירט נאר "דאבעל-פארקן" דא אינדרויסן, ועוד "ידיו" נטויה.. "ועוד ועוד"..
יענאש, אביסל דרך ארץ
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 20:35 |
|
| |
יענטאאש;
יאנאש איז עטוואס ברוגז אויף דיר, פארוואס מוזטו אים אנמאכן צרות דעם ערשטן טאג אויפן דזאב? יאנאש האט דיר געבעטן אז זאלסט נישט זאגן פאר קיינעם דערוועגן, און דא, אומגערישט, קומט זיך דער יגר'ל אן און שרייט אויף יאנאש ווי ער איז ווען זיין בעה"ב צו וואס.
נעקסט טיים זאג נישט פאר קיינעם אקיי???
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 20:43 |
|
| |
אוקעי יענאש
קרעמער ביסט דא? אויב יא, הער, בייג צו דיין אויער, אביסל מער, אקעי: יענאש איז ראש הקהל, זאג נישט פאר קיינעם
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 20:52 |
|
| |
יגר;
ערב ראש חודש ניסן, ווען דו וועסט גיין צו יאנאש דער שמש ער זאל דיר שערן (וואס כידוע איז דאס א סגולה קעגן קאפוויי פונעם שמש), זאלסטו אכט געבן אים אנזאגן ער זאל דיר נישט מאכן מיט א קאפ קורצער, נאכדעם וואס דו האסט אים עפעס אזוי באליידיגט דא, כאילו וואלסט געווען זיין בעל הבית.
במקום שמוחו של תינוק רופף? דאס איז נאר איין גירסא, די אנדערע איז רופס, טשעק איט אוט!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 21:50 |
|
| |
כ'בין מוחה אויף דעם וואס יגר'ל האט לעצטנס געגרינדט אן אשכול מיט אקוראט דעם זעלבן קעפל, אן שרייבן "איך גלייב נישט וואס איך זעה #2".
|
|
|
|
|