| נשלח ב-30/3/2006 01:10 |
|
| |
וואס הענגט איר אויף???
איך וויל מקדים זיין עפעס פאר איך שרייב וואס איך וויל שרייבן.
די אשכול מיז נישט זיין אזא אינטערעסאנטע אשכול, אבער אזוי ווי איך האב שוין לאנג נישט געעפענט א פרישע אשכול האב איך אפגעמאכט אז איך וועל עפענן א אשכול איבער דעם.
ווען איך גיי אין מקוה, לייג איך ארויף מיין היט אויבן אויף די דאך פון די באנק ( איך האף אז איר פארשטייט וואס איך מיין) אין דערנאך הענג איך אויף מיין רעקל,וועסטל, ציצית, און שפעטער מיין העמעד, און איך מיין אז רוב מענטשן הענגן אויך אויף די אלע זאכען.
עס איז אויך דא מענטשן וואס הענגן אויך אויף די הויזן, און נאר די קאפל און די אינטערוועש לייגן זיי אראפ אויפן באנק.
היינט אין מקוה איז לעבן מיר געזיצן איינער וואס האט אויפגעהאנגן אלע וועש (אויסער די שטרימפ) אפולי די קאפעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 01:14 |
|
| |
איך הענג מיר אליינס אויף
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 07:58 |
|
| |
אין מיינע אינגע יארן האב איך אמאל בייגעוואוינט ווי איינער האט זיך פושט געוועהן די מכנסיים, עס אויפגעהאנגען אויף די האָק, און דערנאך אראפגעדרייט זיין פאלשן פיס און דאס אויפגעהאנגן אויף די דערנעבענדיגען האָק. דערנאך האט ער אריין געהאַפּט אין בור זיך אנכאפענדיג אויף די רעילינג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 13:50 |
|
| |
איך בין אן איבערלעבער פון א מקוה וואו די עלטערע אידן פלעגן אויסטאן די פאלשע ציין און אראפלייגן הארט נעבן דעם בור טבילה, ווארפנדיג אזא פחד אז די ציין וועלן אונז - אינגע קינדער - איינשלינגן..
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2006 23:35 |
|
| |
סימיר קיינמאל נישט בייגעפאלן צו קוקען וויאזוי דער עולם גולם הענגט זיך אויף, מ'שטיינס געזאגט, אז מ'איז נישט אויפמערקזאם באמערקט מען נישט, (איך געדענק נישט די סלאגן אויף לשון הקודש), אבער יענע וואך האב איך אויפגעמערקט א שכן וואס הענגט אויף פון טאפ טו באדעם, אלעס אלעס הענגט ער אויף חוץ די האנטוך איז גארנשט דא אויף'ן באנק, אפילו די זאקן הענגט ער איידל אויף אויף די הענגער, די זייף און די קאפל איז אויף דעם דאך, די הוט לכאורה האט ער געלאזט אינדרויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 20:50 |
|
| |
סאכדעס אזויפיל נישט צו וויסען? האסט דאך געקענט פרעגן התאחדות, בכל אופן וועל איך דיר זאגן מילתא דלא רמיא אינש עליה, לאו אדעתיה.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 02:59 |
|
| |
האט אפשר איינער באמערקט אז די קעפעל איז וואס הענגט איר אויף אין נישט וואסט זעהט איר יענעם אויפהענגען
איך הענג אויף מיין וואלענע טלית קטן ווען איך האב עס אן שבת וואו אויך אנדערעטעג וואס מען ארבעט נישט מיין ראָק שבת די בעקיטשע אינדערוואכען מיין חאלאטעל אדער מיין רעקיל עס ווענט זיך וועלעכע איך האב אנגעטיען אין טאמער עס זייער געדעכט די מקוה העג איך ארויף אויך מיין הויזען משום מעשה שהיה ווען איך ברענג א זעקעל וועש א.ד.ג. הענג איך עס אויך ארויף
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 03:52 |
|
| |
קוטשמע,
דאס איז א גוטע מעשה... 
|
|
|
|
|