| נשלח ב-30/3/2006 02:18 |
|
| |
אוי חסדי השם כי לא תמנו...
קלאטש קלאטש!!! חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו אוי! חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!
מיט גרויס פרייד קומט די מעלדונג אז אונזער הויעך געשפריצטע דיין ר' סאכדעס איז ניצול געווארען אין די לעצטע מינוט פון א שווערע עקסידענט, ער איז אפגעקומען בלויז מיט לייכטע וואונדען, סאו לאמיר אלע זינגען באנאזאם, כי לא כלו רחמיו!
די מעשה איז געווען אז דער שאפער (סאכדעס) פונ'ם דיין האט זיך פארשמועסט אויפן טעלעפאון מיט איינעם, מסתם איז אריינגעקומען גאר א שווערע שאלה, און ער האט זעט אויס נישט געקוקט וואס ער טוט, און שוין... ווייטער וויל איך נישט זאגען וואס האט פאסירט.
די עיקר איז אז מ'קען עס דערציילען אין פריידען.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 04:01 |
|
| |
לאמיר צוטרעפן... מיט וועמען האט דער חשוב'ער דיין גערעדט אויפן טעלעפאן.... אמממ נו וויאזוי הייסט ער דער יעניגער מיט וועמען דער דיין גלייכט אזוי שטארק צו רעדן, אז ער רופט אים אן יעדן טאג אויפן וועג אהיים... נו אה פענסטער!!!
געענדיגט מיט די ווערטלעך, עס קוקט אויס ווי דא איז טאקע פארגעקומען א געוואלדיגע נס (פסח קוקי), לאמיר אפגעבן א שבח והודאה!!!
אבער קומענדיגע מאל - סאכדעס טייערער - פאלג אויס די שטאטישע רעגולאציעס! מען טאר נישט רעדן אויפן סעלפאון בשעת'ן דרייוון! (אויך בין איך דיר חושד אז דו ביסט אריינגעפאלן אין קרעטשמע אויפן וועג אהיים, און די אלקאהאל לעוועל אין די בלוט איז מסתמא ארויף עטוואס מער ווי ערלויבט...).
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 05:27 |
|
| |
קרעמער ;
נס = פסח קוקי, שהכל .
געוואלדיג .......
אוי חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו , אוי חסדיייי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו .
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2006 06:28 |
|
| |
רעדענדיג מיט סאכדעס'ן אויפן טעלעפאון זאגט ער מיר אז ער דארף נאך קומען צו זיך, און דאן גייט מען מאכן די הכנות פאר'ן סעודת הודאה.
האלטס ענק געשפאנט!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2006 18:13 |
|
| |
רבותי האלט אייך געשפאנט, דעם קומענדיגן דינסטאג עט מען מאכן א גרויסע הושע בן בארי סעודה, וואו אלע עלן זיך משתתף זיין, סיהייסט אז מ'עט אויך האבן דעם כבוד אז דער געוועזענער ראש הקהל יענטאאש און דער געוועזענער גאבד זארעכפעפער וועלן ערשיינען מיט כבוד און עהרע אזוי ווי סיפאסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2006 18:17 |
|
| |
סאכדעס, אויף וויפל אזייגער הייסט עס?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2006 23:24 |
|
| |
מודעה חשובה!
היינט נאכמיטאג וועט פארקומען די ערשטע אסיפת עסקנים
און בעפארברייטונג צום גרויסן מסיבת הודאה פונעם דייען
שליטע.
מען בעט ווער עס שפירט אז ער איז אן עסקן זאל אהיימגיין העלפן
די ווייב פסח'דיג מאכן און איבערלאזן עסקנות פאר א צווייטן. ווער
עס שפירט אז ער איז נישט קיין עסקן און ער איז נישט פעאיג צו
ארבייטן פיזיש זאל בעביסיטן די קינדער און מאכן זיכער אז זיי
מיטשען נישט די מאמע. ווער עס טויג צו גארנישט זאל זיך גיין צולייגן
אדער לערנען אין ביהמ"ד און זיך נישט דרייען אונטער די פיס פון די
אויסגעהארעוועטע פרוי.
מיט דאנק, הנהלת הקהילה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 00:35 |
|
| |
בשם די לעידיס אוקזילערי וויל איך טאקע אפגעבן א דאנק פאר אונזער הויכגעשעצטער (געוועזענער?) ראש הקהל מר. יענטאאש וואס ער לאזט זיך אראפ פון זיין גרויסן ראש הקהל בענקל און האט אינזין די קליינע פשוט'ע מינדערוויכטיגע עלעמענטן פון די קהילה, ובפרט די נשים צדקניות וואס אין זייער זכות זענען מיר דאך אויסגעלייזט געווארן פון מצרים.
קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 00:40 |
|
| |
דער קרעמער רעד ווי א באבע און גיבט אפ דאנקען בשם דעם
און יענעם, און ס'פאלט אים גארנישט ביי אז יענטאאש האט
געשריבן די תגובה בו בזמן וואס די יענטאאש'טע איז אים געשטאנען
מיט א פאסיק איבער די פלייצע זיינע צווינגענדיג אים דאס צו שרייבן....
קען אפשר גאר זיין אז די קרעמער'טע איז אויך געשטאנען מיטן קאנטשיק
איבער אים ווען ער האט געשריבן די דאנק ווערטער...... ווער ווייסט.....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 07:13 |
|
| |
יענטאאש;
די אמת איז אז חודש ניסן, די ערשטע האלב על כל פנים, שרייב איך רואיגער ווי א גאנץ יאהר, ווייל איך ווייס אז ווילאנג עס איז דא שטויב אונטער די בעטן וועט די קרעמער'טע נישט כאפן קיין בליק וואס איך טוה אין קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 21:25 |
|
| |
רבותי מיר ווילען בענטשן, רבותי מיר וועלן בענטשן נברך נברך נברך שאכלנו משלו.
מארגן גרייט אייך צו א ליידיגן מאגן, מ'האמיר שוין באשטעלט פון לאנדאן די לאנדענע מאטיאש הערינג, און ווי אויך וועט זיי גאלע, די בעסטע פון די שטאט, פיינע היימישע קריספי בילקעלעך געקויפט אין די היימישסטע ? בעקעריי, שרה'קע די בעקערען וועט האבן צו לייזן ביז נאך פסח, סי וועט זיך נישט אנזעהן די דעפיציט פון דעם פסח, בקיצור וויינען פון אלע סארטן נישט פארגעסן די גאלדען וועדינג, וואס דער דאיען האט נאך אוועקגעלייגט ווען סיהאט נאך געהאט א הכשר, און ווי אויך הייניקן וועט זיך גיסן אויף אלע טישן ווי וואסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 13:33 |
|
| |
רבותי איצט 6:30 אינדערפרי, שטייט שוין יאנאש ביים טויער פון דארף און ווארט אפ די גרויסע טרעקטער-טרעילאר לאודס מיט די מאכלים צו די געהויבענע סעודה, וואס דארף אנקומען ביז עטליכע מינוט, לאמיר האפן אז אלעס איז בסדר, און סיהאט גארנישט פאסירט אויפ'ן וועג.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 15:46 |
|
| |
רבותי;
די עסן איז שוין אנגעקומען, איבער צוויי שעה איז יאנאש געשטאנען אין די רעגן, אפצולאדענען די סחורה.
די ביר ליגט שוין אין די אייז, די ברויפן ליגט האלב אין פריזער פאר די וואס גלייכן עס נאר אזוי, דו אנדערע האלב וועט בעזר הבורא בלייבן "רום טעמפעטשער", די גרויסע מיסט קאסטענעס מיט אייז וועט באלד אנגעפילט ווערן מיט די סאדע'ס, און די "שבעת ריגעל" וועט האפענטליך דער דייען שיקן מיט סאכדעס'ן פארן וואשן.
בלייבט נאר צו ווארטן אויפן עולם אפצודאווענען, און זיך גרייטן אויפן סידעניו.
נ.ב. עסקנים זענען וועלקאם.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 16:47 |
|
| |
גרויסע צולייגערס. איך בין מוחל די גאנצע סעודה, געב מיר אביסל מעיאנעיז פאר מיין טרוקענע טונא. איך האב צוויי שאכטלעך טונא, אבער אן מאיאנעיז איז דאס ווי המן טאשן אן דזשעם און אייער שפייז אן אמעריקן טשיז.
שיק מיר נישט אין גראסערי, ווייל עס איז א שאד צו קויפן א נייע באטל א וואך פאר בדיקת חמץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 16:54 |
|
| |
קרעמער;
איך שיק דיר אריבער אביסעל מאיאנעיז מיט פעדעקס.
|
|
|
|
|