בית פורומים היימישע קרעטשמע

אוי חסדי השם כי לא תמנו...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2006 02:18 לינק ישיר 
אוי חסדי השם כי לא תמנו...

קלאטש קלאטש!!! חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו אוי! חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!

מיט גרויס פרייד קומט די מעלדונג אז אונזער הויעך געשפריצטע דיין ר' סאכדעס איז ניצול געווארען אין די לעצטע מינוט פון א שווערע עקסידענט, ער איז אפגעקומען בלויז מיט לייכטע וואונדען, סאו לאמיר אלע זינגען באנאזאם, כי לא כלו רחמיו!

די מעשה איז געווען אז דער שאפער (סאכדעס) פונ'ם דיין האט זיך פארשמועסט אויפן טעלעפאון מיט איינעם, מסתם איז אריינגעקומען גאר א שווערע שאלה, און ער האט זעט אויס נישט געקוקט וואס ער טוט, און שוין... ווייטער וויל איך נישט זאגען וואס האט פאסירט.

די עיקר איז אז מ'קען עס דערציילען אין פריידען.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 04:01 לינק ישיר 

לאמיר צוטרעפן... מיט וועמען האט דער חשוב'ער דיין גערעדט אויפן טעלעפאן.... אמממ נו וויאזוי הייסט ער דער יעניגער מיט וועמען דער דיין גלייכט אזוי שטארק צו רעדן, אז ער רופט אים אן יעדן טאג אויפן וועג אהיים... נו אה פענסטער!!!

געענדיגט מיט די ווערטלעך, עס קוקט אויס ווי דא איז טאקע פארגעקומען א געוואלדיגע נס (פסח קוקי), לאמיר אפגעבן א שבח והודאה!!!

אבער קומענדיגע מאל - סאכדעס טייערער - פאלג אויס די שטאטישע רעגולאציעס! מען טאר נישט רעדן אויפן סעלפאון בשעת'ן דרייוון! (אויך בין איך דיר חושד אז דו ביסט אריינגעפאלן אין קרעטשמע אויפן וועג אהיים, און די אלקאהאל לעוועל אין די בלוט איז מסתמא ארויף עטוואס מער ווי ערלויבט...).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/3/2006 05:27 לינק ישיר 

קרעמער ;

נס = פסח קוקי, שהכל .

געוואלדיג .......


אוי חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו , אוי חסדיייי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו .




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 06:28 לינק ישיר 

רעדענדיג מיט סאכדעס'ן אויפן טעלעפאון זאגט ער מיר אז ער דארף נאך קומען צו זיך, און דאן גייט מען מאכן די הכנות פאר'ן סעודת הודאה.

האלטס ענק געשפאנט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 18:13 לינק ישיר 

רבותי האלט אייך געשפאנט, דעם קומענדיגן דינסטאג עט מען מאכן א גרויסע הושע בן בארי סעודה, וואו אלע עלן זיך משתתף זיין, סיהייסט אז מ'עט אויך האבן דעם כבוד אז דער געוועזענער ראש הקהל יענטאאש און דער געוועזענער גאבד זארעכפעפער וועלן ערשיינען מיט כבוד און עהרע אזוי ווי סיפאסט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 23:16 לינק ישיר 

מצורף קובץ

בילד פונעם דייענס עקסידענט.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 18:17 לינק ישיר 


סאכדעס, אויף וויפל אזייגער הייסט עס?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/4/2006 23:24 לינק ישיר 

מודעה חשובה! היינט נאכמיטאג וועט פארקומען די ערשטע אסיפת עסקנים און בעפארברייטונג צום גרויסן מסיבת הודאה פונעם דייען שליטע. מען בעט ווער עס שפירט אז ער איז אן עסקן זאל אהיימגיין העלפן די ווייב פסח'דיג מאכן און איבערלאזן עסקנות פאר א צווייטן. ווער עס שפירט אז ער איז נישט קיין עסקן און ער איז נישט פעאיג צו ארבייטן פיזיש זאל בעביסיטן די קינדער און מאכן זיכער אז זיי מיטשען נישט די מאמע. ווער עס טויג צו גארנישט זאל זיך גיין צולייגן אדער לערנען אין ביהמ"ד און זיך נישט דרייען אונטער די פיס פון די אויסגעהארעוועטע פרוי. מיט דאנק, הנהלת הקהילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 00:35 לינק ישיר 

בשם די לעידיס אוקזילערי וויל איך טאקע אפגעבן א דאנק פאר אונזער הויכגעשעצטער (געוועזענער?) ראש הקהל מר. יענטאאש וואס ער לאזט זיך אראפ פון זיין גרויסן ראש הקהל בענקל און האט אינזין די קליינע פשוט'ע מינדערוויכטיגע עלעמענטן פון די קהילה, ובפרט די נשים צדקניות וואס אין זייער זכות זענען מיר דאך אויסגעלייזט געווארן פון מצרים.

קרעמער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/4/2006 00:40 לינק ישיר 

דער קרעמער רעד ווי א באבע און גיבט אפ דאנקען בשם דעם און יענעם, און ס'פאלט אים גארנישט ביי אז יענטאאש האט געשריבן די תגובה בו בזמן וואס די יענטאאש'טע איז אים געשטאנען מיט א פאסיק איבער די פלייצע זיינע צווינגענדיג אים דאס צו שרייבן.... קען אפשר גאר זיין אז די קרעמער'טע איז אויך געשטאנען מיטן קאנטשיק איבער אים ווען ער האט געשריבן די דאנק ווערטער...... ווער ווייסט.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 07:13 לינק ישיר 

יענטאאש;

די אמת איז אז חודש ניסן, די ערשטע האלב על כל פנים, שרייב איך רואיגער ווי א גאנץ יאהר, ווייל איך ווייס אז ווילאנג עס איז דא שטויב אונטער די בעטן וועט די קרעמער'טע נישט כאפן קיין בליק וואס איך טוה אין קרעטשמע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/4/2006 21:25 לינק ישיר 

רבותי מיר ווילען בענטשן, רבותי מיר וועלן בענטשן נברך נברך נברך שאכלנו משלו.

מארגן גרייט אייך צו א ליידיגן מאגן, מ'האמיר שוין באשטעלט פון לאנדאן די לאנדענע מאטיאש הערינג, און ווי אויך וועט זיי גאלע, די בעסטע פון די שטאט, פיינע היימישע קריספי בילקעלעך געקויפט אין די היימישסטע ? בעקעריי, שרה'קע די בעקערען וועט האבן צו לייזן ביז נאך פסח, סי וועט זיך נישט אנזעהן די דעפיציט פון דעם פסח, בקיצור וויינען פון אלע סארטן נישט פארגעסן די גאלדען וועדינג, וואס דער דאיען האט נאך אוועקגעלייגט ווען סיהאט נאך געהאט א הכשר, און ווי אויך הייניקן וועט זיך גיסן אויף אלע טישן ווי וואסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 13:33 לינק ישיר 

רבותי איצט 6:30 אינדערפרי, שטייט שוין יאנאש ביים טויער פון דארף און ווארט אפ די גרויסע טרעקטער-טרעילאר לאודס מיט די מאכלים צו די געהויבענע סעודה, וואס דארף אנקומען ביז עטליכע מינוט, לאמיר האפן אז אלעס איז בסדר, און סיהאט גארנישט פאסירט אויפ'ן וועג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 15:46 לינק ישיר 

רבותי;

די עסן איז שוין אנגעקומען, איבער צוויי שעה איז יאנאש געשטאנען אין די רעגן, אפצולאדענען די סחורה.

די ביר ליגט שוין אין די אייז, די ברויפן ליגט האלב אין פריזער פאר די וואס גלייכן עס נאר אזוי, דו אנדערע האלב וועט בעזר הבורא בלייבן "רום טעמפעטשער", די גרויסע מיסט קאסטענעס מיט אייז וועט באלד אנגעפילט ווערן מיט די סאדע'ס, און די "שבעת ריגעל" וועט האפענטליך דער דייען שיקן מיט סאכדעס'ן פארן וואשן.

בלייבט נאר צו ווארטן אויפן עולם אפצודאווענען, און זיך גרייטן אויפן סידעניו.

נ.ב. עסקנים זענען וועלקאם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 16:47 לינק ישיר 

גרויסע צולייגערס. איך בין מוחל די גאנצע סעודה, געב מיר אביסל מעיאנעיז פאר מיין טרוקענע טונא. איך האב צוויי שאכטלעך טונא, אבער אן מאיאנעיז איז דאס ווי המן טאשן אן דזשעם און אייער שפייז אן אמעריקן טשיז.

שיק מיר נישט אין גראסערי, ווייל עס איז א שאד צו קויפן א נייע באטל א וואך פאר בדיקת חמץ.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/4/2006 16:54 לינק ישיר 

קרעמער;

איך שיק דיר אריבער אביסעל מאיאנעיז מיט פעדעקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אוי חסדי השם כי לא תמנו...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext