בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס מיינט דאס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2006 20:05 לינק ישיר 
וואס מיינט דאס?

יעך בין א נייע גאסט דא, ווייס איך נישט וואס מען האט שוין דא ארומגערעדט און וואס נישט.

איך זעה אסאך מאל אין אידישע בלעטער אויסדרוקן וואס די שרייבערס אליין ווייסן נישט וואס דאס
מיינט, זיי האבן עס נאר בקבלה פון ר' סענדר דייטש ע"ה.

וועל איך אנהייבן, אוקיי?

"מ'שטיינס געזאגט"

וואס מיינט דאס?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 20:17 לינק ישיר 

איך וועל דיר פרובירן ענטפערן, הגם, כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, איך בין קיין שרייבער ניקס, און ביי מיר וועסטו אזעלכע אויסדרוקן - וואס איך אליין פארשטיי נישט - נישט געפונען (אויסער 'קאטאוועס' - וואטעווער..).

איך מיין אז די שאלה באלאנגט (געהערט- גיהער?) אין די אשכול פון "כללים אין דער אידישע שפראך", אבער אז דו האסט שוין יא געווידמעט אן אשכול דערויף, וואלסטו געברויכט דאס באטיטלן "מ'שטיינס געזאגט", דאס וואלט געווען - מ'שטיינס געזאגט - א קעפל אזאנס און אזעלכעס... די גאנצע פארק וואלט זיך געשאקלט פון די גוטס.

וואס פרעגסטו? וואס מיינט "מ'שטיינס געזאגט"? פון וואו זאל איך וויסן????????? מ'שטיינס געזאגט.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/4/2006 23:00 לינק ישיר 

עטס הערטס? א חכמה, 'משטיינס געזאגט' נישטאמאל איז ער א שרייבער, און 'משטיינס געזאגט' ער איז מיר שוין א גאנצער מבין, 'משטיינס געזאגט' ער ווייסט אז דו שרייבער ווייסן מיטאמאל וואס דו ווערטער מיינען, נאר 'משטיינס געזאגט' מ'באבלט נאך ר' סנדר דייטש'ן..... 'משטיינס געזאגט' ער איז מיר דא א 'גרויזאמער' צולייגער.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 23:28 לינק ישיר 

יענטאש? וואס גייט פאר מיט דיר???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 23:43 לינק ישיר 

גרויזאמער; 'משטיינס געזאגט' עפעס גייט שוין מיט מיר פאר??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 03:53 לינק ישיר 

אזויווי איך זעה טוט זיך דא א מ'שטיינס געזאגאכץ, אינדערצייט וואס קיינער אין דער וועלט, אריינגערעכענט יענטאאש -מ'שטיינס געזאגט- ווייסט נאכנישט קיין פירוש דערויף, איז שוין יעדער, מ'שטיינס געזאגט, פארנומען מיט דעם מ'שטיינס געזאגט.

אזוי ווייט, איך בין ארויס פריער דאווענען מנחה. נישט מער און נישט ווייניגער די גאנצע גאס רעד דערפון! יעדער איז פארנומען מיט די מ'שטיינס געזאגט.

דערפאר פארלאנגען מיר פון אלע אידישע שרייבערס אינעם גאנצן כדור הארץ, אז ווען זיי שרייבן עפעס א גוטס, זיי ווילן עס באזאלצן און באפעפערן, מ'שטיינס געזאגט, מיט קאלטס און ווארימס, זאלן זיי מער נישט נוצען די ווארט מ'שטיינס געזאגט, מ'שטיינס געזאגט.

מ'שטיינס געזאגט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 04:27 לינק ישיר 

יענטאש, איך וועל דיך בעטן פערזענליך. ביטע זיי מסביר דיינע ווערטער וואס די שרייבסט דא:

"
אין די גרויסע ישיבה איז אים קיין סאך בעסער נישט געווארן, אפילו דער מגי"ש האט אים גערודפט ווייל מ'שטיינס געזאגט ער איז א פארדארבענער אינג. די טיען עידזשערס האבן זיך נישט געוואלט חבר'ן מיט אים ווייל עס וועט זיי שאטן צו שידוכים. אויף אים איז געווען מותר צו זאגן שלעכטע אינפארמעישאן ווייל..... עם...... כ'ווייס אליין נישט אבער מ'מעג...., אין דער ענדע האט ער חתונה געהאט מיט עמיצן פון ווייסעך וואו, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.
"

אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 05:13 לינק ישיר 

גרויזאמער;

מ'שטיינס געזאגט דו ווילסט מיך יעצט גרויזאם טשאלענדזשן.....

לאמיך דיך זאגן: מ'שטיינס געזאגט מיינט מ'שטיינס געזאגט!!! אוקיי??!!!....

שוין גוט, לאמיך דיך אביסל מער מסביר זיין, ס'מיינט עפעס אזויווי בערך
'ווייל קלאמפערשט'......... ביזט צופרידן?..... תוקן על ידי - יענטאאש - 03/04/2006 5:17:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 07:29 לינק ישיר 

גרויזאמער;

איך וויל מיט דיר א געשעפט מאכן (א געשעפט?).

דו זיי מיר מסביר וואס די באדייט פון דעם - ביי דיר אזוי באליבטן - אויסדרוק אוקיי, דאן וועל איך דיר פרובירן מ'שטיינס געזאגט מסביר זיין וואס מ'שטיינס געזאגט באדייט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/4/2006 21:19 לינק ישיר 

אין א שמועס פון דעם דאיען מיט יענטטאש האב איך אויפגעפאסט אז מ'האט גערעדט פוןד י נושא מ'שטיינס געזאגט, איז געבליבן אז אין אידיש איז דאס א אויסדרוק, כ'מיין צו זאגן, אדער אמער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 00:34 לינק ישיר 

גאר א גרויסע פאגראם ווערט צוגעגרייט דורך די אלעוועלטליכען אידישע שרייבער פאראיין קעגן די קרעטשמע פארן אויפדעקן זייער ריכטיגע פרצוף, מ'שטיינס געזאגט, און מגלה זיין קבל עולם ומלואו אז א שרייבער איז גארנישט קלוגער אין לעקסיקאנישער זין פון ווארט מער ווי א סתם עמך איד, מ'שטיינס געזאגט.

אדרבה  ואדרבה, אינדערצייט וואס א געלערנטע שרייבער האט די פאך צו וויסן די באדייט פון ווערטער, און ווען ער ווייסט נישט שרייבט ער אפן "וואטעווער איט מינס", א שטייגער ווי דער באקאנטער קאטאוועס שרייבער. קומען דא די אלט באזעסענע שרייבער, מיט א צינישע מינע פון פוסטע שטאלצקייט און בלאבלען נאך א ווארט וואס זיי האבן אמאל געזען אין די תשט"ז אידישע ליכט פון א ירושלימער שרייבער מיטן נאמען שמערל קנאקער, ווען זיי אליין ווייסן נישטאמאל ווי טיף אין זומט דער שרייבער האט זיי אריינגעשלעפט.

גאר טיפע און גרונטליכע מקורות צייגן אז די ווארט קומט פון א פשוטען אלעמען באקאנטן אויסדרוק, שיין געזאגט.

ווי רופט איר זיך אן ווען מען באשגצט אייער שונא, "א צעדרייטער איז נאך שיין געזאגט...", וכדומה.

דער ווארט ווערט טאקע נאך היינט באנוצט דורך די פעסטע שרייבער וועלכע זוכן נישט צו זיין קיין חכמים מיטן צייגן זייער פוסטע עם הארצות.

אבער דא איז געקומען שמערל קנאקער, זיי מיר מוחל אויב עס באדערט דיר, עס האט זיך אים צוגעדוכט ווי ער האט אמאל געזען די ווארט אויסלייג ווי פאלגענד: מיט שיינס געזאגט. לכבוד פורים האט ער זיך פארגינען צו מאכן פונעם עולם זבת חלב ודבש, נו, מ'שיינס געזאגט, האט ער זיך מ'שטיינסגעזאגירט אויפן חשבון פונעם עולם גולם.

און פון דאן און ווייטער, מיט שיינס געזאגט, איז שוין גיי מיר א גאנג (וואטעווער איט מינס).

יעצט איז נישט מער ווי פארשטענדליך, מ'שיינס געזאגט, אז סוועלן זיך אויפוועקן די אלע שרייבערליך, מ'שטיינס געזאגט, און זיך ארויפדראפען אויף מיר און קורע זיין כדג. נאך שיין געזאגט!

אוקיי?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 02:26 לינק ישיר 

יישר כח גרויזאמער פאר די שיינע ביאור אין "מ'שטיינס געזאגט".

אבער וואס טוהט זיך מיט אוקיי? וואס איז פארוואנדעלט געווארן שוין א אזא סארט חתימה אישית פון דיר, וואס באדייט דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/4/2006 02:32 לינק ישיר 

גאר א גרויסע פאגראם ווערט צוגעגרייט דורך די אלעוועלטליכען גרויזאמע קנאקער'ס פאראיין קעגן די קרעטשמע פארן אויפדעקן זייער ריכטיגע פרצוף, און מגלה זיין קבל עולם ומלואו אז א קנאקער איז גארנישט פעסטער אין לעקסיקאנישער זין פון ווארט מער ווי א סתם עמך איד, אוקיי? אדרבה ואדרבה, אינדערצייט וואס א געלערנטע קנאקער האט די פארשטאנד צו קענען ווערטער, און ווען ער ווייסט נישט שרייבט ער נישט. קומען דא א ניי באזעסענע קנאקער, מיט א צינישע מינע פון פוסטע שטאלצקייט און בלאבלען נאך פאלש א ווארט וואס ער האט אמאל געזען אין די תשט"ז אידישע ליכט פון א ירושלימער שרייבער מיטן נאמען שמערל קנאקער, אדער אין די קרעטשמע פון עמיצן וואס שרייבט 'יונטעף' אנשטאט 'יום טוב' ווען ער אליין ווייסט נישטאמאל ווי טיף אין זומט (אדער זומפ) דער שרייבער האט זיי אריינגעשלעפט. גאר טיפע און גרונטליכע מקורות צייגן אז די ווארט קומט פון א פשוטען אלעמען באקאנטן ענגלישן אויסדרוק, אקעי. ווי רופט איר זיך אן בלית ברירה ווען די ווייב הייסט איייך ארויסטראגן די גארבידזש: "אקעי", וכדומה. דער ווארט ווערט טאקע נאך היינט באנוצט דורך די פעסטע קנאקער וועלכע זוכן נישט צו זיין קיין חכמים מיטן צייגן זייער פוסטע עם הארצות. אבער דא איז געקומען א זארעחך פעפער, זיי מיר מוחל אויב עס באדערט דיר, עס האט זיך אים צוגעדוכט ווי ער האט אמאל געזען די ווארט אויסלייג ווי פאלגענד: אקעי. לכבוד פורים האט ער זיך פארגינען צו מאכן פונעם עולם זבת חלב ודבש, נו, אקעי, האט ער זיך אוקיי'ט אויפן חשבון פונעם עולם גולם. און פון דאן און ווייטער, אקעי, איז שוין גיי מיר א גאנג (וואטעווער איט מינס). יעצט איז נישט מער ווי פארשטענדליך, אז סוועלן זיך אויפוועקן די אלע קנאקערליך, און זיך ארויפדראפען אויף מיר און קורע זיין כדג. אקעי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 02:58 לינק ישיר 

י ע נ ט א ש ? ? ? שוין ווייטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 03:01 לינק ישיר 

קרעמער, איך וויל קודם זיכער מאכן, מט'שיינס געזאגט, אז יעדער פארשטייט דעם ריכטיגן אפטייטש פון מ'שטיינס געזאגט. דאן עלמיר גיין צו אוקיי. אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 06:00 לינק ישיר 

יענטאאאאאאאאאאאאאש!!!!!!!!!

געוואלדיג!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס מיינט דאס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext