עס ווערט דערציילט אויףאיינעם פון די ירושלימ'ע רבנים, דוכט זיך ר' שלום שוואדראן זצ"ל, אז ער איז ארינגעקומען אין ביהמ"ד אייניגע טעג בעפאר פסח, וואו יונגעלייט זענען געזעצן און געלערנט, ער האט אנגעהויבן מיט זיין אייגנארטיגן דרך צו שאפן די נויטיגע הילף פאר די אומבאהאלפענע, רבותי ..! עס איז דא א פרוי א צובראכענע מאמע פון קליינע קינדער, זי מוטשעט זיך זייער צו אוועקרוימען איר שטוב פון חמץ, ווער וויל גיין העלפן מסדר זיין ? עס איז תיכף געווארן א טומל, אייניגע אינגעלייט האבן אפגעשמועסט צו גיין נאכמיטאג, מאנכע האבן זיך אנגעטראגן צו גיין שוין יעצט אינמיטן לערנען.
דאן רופט זיך אן ר' שלום : זייט וויסן , אז די פרוי האט יעדער ביי זיך אין שטוב !!.... פארמאכט די גמרא און גייט אלע אהיים העלפן די ווייבער וואס צורייסן זיך פאר יו"ט ..........
|
|