בית פורומים היימישע קרעטשמע

גיי אין שוהל וועסטו לעבן לענגער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/4/2006 02:17 לינק ישיר 
גיי אין שוהל וועסטו לעבן לענגער

דאס איז א מאמר חז"ל אין ברכות דף חי"ת עמוד אל"ף

היינט מערק איך ווי דאס ווערט אונטערגעשטיצט פון א נארישע שטודיע אויך...

דא האט איר:

http://www.livescience.com/humanbiology/060403_church_good.html



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/4/2006 03:11 לינק ישיר 

וואס זאגסטו אבער צו דעם?
http://www.baltimoresun.com/news/nationworld/bal-te.prayer31mar31,0,772912.story?coll=bal-nationworld-headlines




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 05:56 לינק ישיר 

מיינסט אודאי אז איך האב נישט געזען די נייעס וואס אלע נעטווארקס הערן נישט אויף צו פאמפן, איך האב דאס גראדע יא געזען, איך האב נאר געקלערט אז ווילאנג איינער ברענגט עס נישט אויף, וועל איך נישט זיין דער מתחיל.

אבער אז דו פרעגסט שוין יא, דא האסטו מיינע תירוצים:

קודם כל, איך און דו ווייסן און גלייבן אז אפילו אויב מיר וועלן נישט האבן קיין איין קושיא, און די שטודיע וועט זיין קראנט און באזירט אויף פעסטע יסודות, וועלן מיר קיין איין רגע נישט אויפהערן גלייבן אין די כח התפלה ח"ו. אבער דאך ערלויב איך זיך אויפצוברענגן עטליכע שטיקלעך קריטיק אויף דעם שטודיע, הערות וואס זענען מיר בייגעפאלן ליינענדיג דעם ארטיקל מיט א וואך צוריק בערך:

1) אין די שטודיע שטייט נישט אז מען האט געדאווענט אין א שוהל, געזאגט תהלים, אדער געבעטן פון השי"ת. עס שטייט סתם "געפרעיט", אין אנדערע ווערטער: געפרעפלט צום שמויגער בויגער ממזר בן זונה בן סטדא בעל פונדורא ישו הנוצרי.

2) עס שטייט אז מען האט דערמאנט דעם נאמען פונעם חולה, אבער עס שטייט נישט אז מען האט אויך דערמאנט די מאמע'ס נאמען... וואס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל.

3) איך ווייס נישט אויב תפילה העלפט ביי גוים, איך ברויך דאס נאכקוקן אין "שומע תפלה".

אויסערדעם האב איך אפאר קשיות אויפן שטודיע (אויף יעדע שטודיע קען מען פרעגן די און ענליכע פראגעס):

זיי שרייבן אז די וואס מען האט מתפלל געווען פאר זיי (ליין: געפרעפלט) זענען גאר געווען מער מסוכן ווי די אנדערע...

פאלט זיי נישט ביי אז טאקע דערפאר ווייל זיי זענען געווען מער מסוכן האט מען געפרעפלט פאר זיי?????

עס קוקט מיר אויס ווי יעקב מיללער'ס שאלה: פארוואס הייסט דאס ליע עוועניו? ווייל עס געפונט זיך דערויף די ליע עוועניו פיצא שאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/4/2006 06:29 לינק ישיר 

טאקע דערפאר האב איך געברענגט דעם מ"מ צו צייגען אז זייערע שטודיעס איז נישט ווערט אויף חרוסת.

אבער אז מען רעדט שוין האב איך א פראגע, עס ענגבערט מיך שוין לאנג, מען זעהט כמ"פ מענטשען און אפילו וואולע אידען זענען מרבה בתפלה ותחנינים אויף א חולה וכדו' און די שערי שמים זענען פארשלאסען. קינד און קייט רייסען איין און עס לאזט זיך אויס מיט א בוידעם.
טא וואס זאל דעם מענטש ובפרט מיר עמך אידען "מאוטיוועטען" צו וועלען מפציר זיין.

איך בין ח"ו נישט מהרהר אויף דברי חז"ל אז עס איז חוב מתפלל צו זיין, איך וועל ווייטער אזוי טוען ווייל איך זאג יעדען טאג די י"ג עקרים. מיין פראגע איז וואס ענטפערט מען זיך זעלבסט אז מ'חקר'ט אביסעל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2006 22:14 לינק ישיר 

שתשים דמעותינו בנאדך להיות - עס איז דא אזא באגריף דער אייבערשטער לייגט אוועק די תפילות אויף א 2טע מאל, אדער אויף א 2טע איד, מען קען קיינמאל נישט וויסן דאון דעי ראוד פאר וועם דאס ערליכע אין ציבראכענע קרעכץ האט געהאלפן דום לה' והתחולל לו



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/4/2006 03:09 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין גמרות אדער מפתחות מיט מיר אבער טייערער קרעמער זיי מוחל ברענג אראפ די גמרא איך מיין מס' ר''ה האומר סלע זי לצדקה בשביל שיחיו בני הרי זה צדיק גמור מיטען טעם וואס די גמ' זאגט דארט אז דאס איז ווייל אידען האבען נישט קיין טענות אין אודאי נישט קיין תערימות

נאטירלעך: איך מיין ח''ו נישט צי זאגען אז די טאסט נישט געבען צדקה בתנאי איך מיין נאר צי זאגען אז די זאלסט א ביסעל פארשטערקערען דיין בטחון




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 03:47 לינק ישיר 

קרעמער,
ווי אזוי האסטו געפונען אזעלכע מעשה'ס?

נאטורליך,
אין די קומענדיקע מאל פרוועט ברינג א 'לינק' מיט א בילד. ווייל מיין אינגליש איז מער געפערלאך פון מיין אידיש.

תוקן על ידי - מוראדיק - 05/04/2006 3:48:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2006 03:50 לינק ישיר 

אמת, יעדער איד דארף ארבייטען אויף זיין בטחון אבער זיי נישט ברוגז ווי קומט דא אריין בטחון?
ווען איך זעה דאס מציאות אז למשל 100 אידען פון א משפחה רייסען זייער שטארק איין אויף א חולה אין דער משפחה ער זאל נתרפא ווערען, אדער אויף א בחור זאל א חתן ווערען. למעשה שטארבט דער נפטר צו דער בחור ווערט 25 פונוואנעט נעמט מען התחזקות?
איך האב גרויס בטחון נאך ווען דער מענטש איז שוין אוועק ל"ע? אדער אז דער בחור איז נישט ח"ו א חתן ביז די 26
איך גלייב באמונה שלימה אין די השגחה פרטיות דערפון, דער אישו איז דא, איך וויל פארשטיין וואס ענטפערט מען זיך אליין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 04:06 לינק ישיר 

אפשר ווען איינער וועט ארפברענגען דעם לשון הגמרא וועסטי בעסער פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 07:11 לינק ישיר 

נאטורליך דו פרעגסט גוט, איך וועל דיר זאגן עפעס , און אפשר וועסטו באקומען א תירוץ.

אן אלטער איד א מילחמה איבערלעבער האט אמאל מסביר געווען וויאזוי ער האט זיך זעלבסט געשטארקט מיט אמונה אין בורא עולם אין די שווערע צייטן דורכגייענדיג ביטערע פינצטערע תקופות, מיט גרויזאמע רציחות און אוממענשליכע באנעמונגען .
[וואס מען קען זען אין war and rememberance]  ער האט געמאכט א חשבון בערך אזוי , די תורה הקדושה זאגט קלאר אם בחקתי תלכו וגו', אין די גוטע צייטן בזמן הבית זענען דאס אידישע פאלק געווען ברמה גבוהה, מען האט באשיינפערליך געזען דעם הנהגת העולם אויף טריט און שריט, בבחינת 'סיאינג' איז בעליווינג.  איז מען געווען וואויל האט מען גלייך געזיגט די אומות . אז נישט, האט מען גלייך באקומען א שטראף. האסט א שאלה, מען פרעגט אין אורים ותומים, און וואונדערליך ! די אותיות לייכטן, באקומסט אתירוץ . מען ווארפט אראפ א שעיר אויפן עזאזעל און געוואלדיג ! א רויטע בענדל ווערט ווייס. וכהנה רבות וואונדערליכע הנהגי הבריאה וואס האט נישט געלאזט קיין מקום להסתפק צי עס איז דא א פירער אויף די וועלט, און וואס האט אויסדערוועלט דעם עם הנבחר.

דער זעלבער נותן התורה שרייבט ווייטער : ואם בחקתי תמאסו וגו' די אלע עונשים קשים ה"י.
זאגט דער אלטער איד, ממש ממש יעדער פסוק איז מקויים געווארן במלואו דורכאויס די מלחמה יארן ! קיין איין אות פון די הייליגע תוכחה איז נישט געגאנגען לאיבוד !
נו, איז דען מעגליך צו טראכטן אנדערש אז דאס קומט חלילה נישט פון באשעפער ? דער זעלבער באשעפער וואס האט באגלייט דעם עם ישראל ביז דאן , אין די אלע תקופות, דער זעלבער באשעפער באגלייט דיך יעצט ווייטער דא אין לאגער. די חילוק איז בלויז אז דעמאלטס האט ער מקיים געווען די ערשטע חלק פון די סדרה, און היצטעט איז ער מקיים די צוייטער  ביטערער חלק. אבער ער איז דא !! ער טוט דאס ,, ער זעהט מיך, ער קוקט אויף מיר,  ער שטייט נעבן מיר און ער שמייסט ! ווייל ער האט אזוי קלאר געזאגט און ער איז מקיים. הוא אמר ויעש. איכה ירדוף אחד אלף ושנים יניסו רבבה אם לא כי צורם מכרם ?
דער אלטער פירט אויס : וויאזוי איז אפילו שייך צו פארלירן די אמונה לויט די התבוננות ?ער האט דאס אליינס געטון. 

יא אין הכי נמי, קענסט האבן אפשר תרעומות 'פארוואס' . עס לאזט זיך טראכטן אין אזעלכיגע מצבים, לו יצוייר ווען ס'וואלט געווען בידי וואלט איך געפירט אנדערש. אבער ממני והלאה. ברוך השם יום יום, על כל נשימה תהלל ק-ה. איך בין בלויז נאך א באשעפעניש אין דעם געטליכן בריאה, פונקט ווי ס'יז דא א שטיין, ס'יז דא א בוים, אזוי אויך איז דא א מענטש. ער קלויבט זיך נישט אליינס אויס וואס און וויאזוי זיין לעבן זאל אים גיין, איינער פירט אים. און פונקט ווי דער שטיין שווייגט ווען איינער צוהאקט אים אזוי אויך דארף איך שווייגן, ווייל איך קען רעדן טאר ער מיך שוין נישט פירן אויפן וועג וואס ער וויל ? צי ווייל איך קען רעדן דארף איך שוין שרייען ?
ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם ! אלעס איז זיינס .



דאס זעלביגע איז לענינו טראכט איך.
אין די זעלבע תורה שטייט אין כי תבוא , ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא וגו'. די הסתרת פנים איז היינט שולט אויפן  זעלבן פארנעם ווי די גילוי אלוקית האט שולט געווען אין די גוטע צייטן.
מאך דעם זעלבן חשבון נאר אויף די היינטיגע טווענטי פירסט סענטשורי. כאטש, געלויבט דער פון אויבן,  נישט קיין אדאלף פונעם דריטען רייך, און נישט קיין מענגעלע לאגער קאמענדאנט. אבער אונזער גלות איז פונקט אזוי פינצטער אינעם נפש ווי זעכציג יאר צוריק אינעם גוף. וויפיל אומגליקליכע זעלן דרייען זיך ארום אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען, עצמות יבשות, אן קיין לעבן, יעדער האט פאר זיך דורכגענג און נישט איינמאל פרעגט מען זיך אליינס אם כן למה זה אנוכי,  בבחינת טוב שלא נברא משנברא.

אין דעם דאזיגן גלות פעלט דען אויס צו האבן א מינדעסטע ספק אינעם סוגיא פון הסתרת פנים ?
דער גרעסטער גילוי דער גרעסטער באווייז אז דער בורא עולם פירט אונז און שטייט דא נעבן אונז און נעמט נישט אראפ קיין אויג פון אונז, זיינע קינדער, כרחם אב על בנים. איז דאך דאס אליינס ! די עצם הסתרת פנים. די הרגשים פון איינזיימקייט, די פילינגס ווי מען איז אליינס אויף דער וועלט. שטעל דיך פאר ווי קינדער שפילן באהאלטן, יעדער דארף אויפזיכן שלמה'לע. איז דען שלמה'לע נישטא ? ער איז ערגעץ איינגעקורטשעט אונטער א ווינקל אבער ער איז דא דאנט ווארי. דאס זעלביגע איז כביכול דער בוכ"ע שפילט באהאלטן, אם תחפשנה ככסף וגו', אבער אנדערש ווי ביי שלמה'לע, דער באשעפער איז טאקע באהאלטן, דו זעסט אים נישט אבער ער זעהט דיך יא, זיין פנים איז נישט אויסגעדרייט אזויווי שלמה'לעס פנים. שלמה'לע ווייסט נישט וואס דו טוסט אבער דער באשעפער ווייסט יא און האלט מיט מיט דיר . 

מען קען בעטן און בעטן און מען ווערט נישט נענה.  די עצם הסתרת פנים איז דער געוואלדיגער גילוי. 

אולי וועסטו באקומען א שטיקל התעורוות, א אויפוואכונג אויף דיין שאלה.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 08:02 לינק ישיר 

עס איז איינס אזייגער ביינאכט, איך האב נישט קיין צייט אדורכצוליינען דעם גאנצן דין ודברים, וואס קוקט אויס גאנץ געשמאק. איך האף דאס אפצוליינען אי"ה מארגן.

איך וויל נאר באגריסן דעם נייעם שרייבער אונזערן מר. מוראדיק, יהא בואך לשלם, געפין זיך גוט דא, און פארווייל דא אויף א לענגערע וויילע.

וואס פרעגסטו? פון וואו איך פארשאף די נייעס? דאס האט מיר - דאכט זיך - רבי מתתיהו דראדזש צוגעצייכנט אין זיין באקאנטן וועבזייטל DRUDGEREPORT.COM.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/4/2006 15:32 לינק ישיר 

מלוה_מלכה;

מוראדיק גוט באשריבן, יישר כח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2006 18:59 לינק ישיר 

מלוה_מלכה, 10 פונקטען. מען דארף וויסן אז ווען אן איד בעט צום באשעפער ווערט ער באלד גענטפערט. אבער אמאל ענטפערט די באשעפער א "ניין".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 19:35 לינק ישיר 

מלוה מלכה, דיינע ווערטער איז א ריכטיגע ליכטיגקייט אין דעם שווארצקייט וואס מיר דרייען זיך דא אויף דער וועלט, הלוואי ווען אלע מחנכים און בעלי דרשנים זאלן דאס כסדר דרש'ענען וואלט נישט געווען אזויפיל דראפ אוטס אין דעם דור.

עניוועי מגיע לך עשר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 19:39 לינק ישיר 

לויט א חיפוש אין תקליטור התורני פון די ווערטער "סלע זו לצדקה"

(1) תלמוד בבלי מסכת פסחים דף ח/א *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

אמר רב אשי שמא תאבד לו מחט ואתי לעיוני בתרה וכהאי גוונא לאו מצוה הוא והתניא האומר סלע זו לצדקה בשביל שיחיה בני או שאהיה בן העולם הבא

 

(2) תלמוד בבלי מסכת ראש השנה דף ד/א

מטונך די להון מהקרבין ניחוחין לאלה שמיא ומצלין לחיי מלכא ובנוהי ומאן דעבד הכי לאו מעליותא היא והתניא האומר סלע זו לצדקה בשביל שיחיו בני ובשביל שאזכה

 

(3) תלמוד בבלי מסכת ערכין דף ו/א

ועל כרעי המטה הרי זה יגוד ויגנוז אמר רב נחמן אמר רבה בר אבהו האומר סלע זו לצדקה מותר לשנותה סבור מינה לעצמו אין לאחר לא איתמר אמר רב אמי אמר רבי

 

(4) תלמוד בבלי מסכת ערכין דף ו/א

אמר רב כהנא אמריתא לשמעתא קמיה דרב זביד מנהרדעא אמר אתון הכי מתניתו לה אנן הכי מתנינן לה אמר רב נחמן אמר רבה בר אבוה אמר רב האומר סלע זו לצדקה מותר

 

(5) תלמוד בבלי מסכת ערכין דף ו/א

לשנותה בין לעצמו בין לאחר בין אמר עלי בין אמר הרי זו: תנו רבנן סלע זו לצדקה עד שלא באתה ליד גבאי מותר לשנותה משבאתה ליד גבאי אסור לשנותה

 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-6/4/2006 00:04 לינק ישיר 

רש''י דארט אין מס' פסחים גאגט אז פארדעם מעג א איד געבען צדקה בשביל שיחי בני ווייל אויב וועט זיך אויסשטעלען אז די תפילות וועלען נישט אנגענימען ווערען וועט ער עס תולה זיין אויף זיינע עבירות משא''כ איינער וואס וועט האבען טענות טאר נישט זאגען סלע זו לצדקה בשביל שיחי בני

טאמער זאג איך נישט פינקטלעך נאך בעט איך מען זאל מיך פארעכטען עס איז שווער צי געדעקען פינקטליך ווען מען חזרט נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > גיי אין שוהל וועסטו לעבן לענגער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext