| נשלח ב-4/4/2006 09:02 |
|
| |
די ערלית האט גע'גנב'ט
דערמאנט מיר מארגן אי"ה צו שרייבן די מעשה באריכות, און איך וויל אייך טאקע אנפרעגן וויאזוי צו האנדלן דערמיט. יעצט איז שוין נאך צוויי אזייגער, וועלן מיר זיך גיין אביסל צולייגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 20:51 |
|
| |
איך האב מורא אז די ערלית האט אויך געגאנבעט די קאמפיוטער, מ'טשיינס געזאגט (קרעמער גוט געשריבן?) ער שרייבט נישט די מעשה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 22:11 |
|
| |
די מעשה האט פאסירט דעם נעכטיגן טאג.
די אידענע גייט אריין אין בית הכבוד, און באמערקט אז די ערלית האט אריינגעלייגט אין אירע גרויסע פאקעט-בוק אן ארטיקל וואס באלאנגט צו אונז.
די זאך איז אזוי: דער חפץ איז נישט ווערט מער ווי - מערסטנס - איין דאלער, און אפשר דאס אויך נישט. און דאס איז אויך פון די זאכן וואס קומען ביי די דאזען (נישט אייער), און איך האב גענוג און נאך פאר מיר און פאר אנדערע.
איז ענטשטאנען אן ערנסטן קווענקל: וואס טוט מען דא? זאל מען איר קאנפראנטירן דערמיט, און איר ווייזן אז מען האט איר געכאפט ביי די גניבה, קען געשען איינס פון צוויי זאכן. אדער וועט זי זיך באליידיגן און מער נישט קומען, און מיר וועלן בלייבן מיט קארן פלעקס פאר חרוסת. אדער וועט זי אנהייבן בעסער אכט געבן אז מען זאל נישט באמערקן, און די דיימאנט רינגל וועט זי בעסער פארשטעקן צווישן די צוויי (מצות) אפטיילונגן פונעם בערזל וכדומה.
איז געבליבן - נאך א לענגערע דין ודברים - אז מען וועט זיך מאכן ווי די סדומים.. הכו בסנורים. מיר האבן דאס שיין צוריקגעלייגט צווישן אירע חפצים, און זיך נישט וואוסענדיג געמאכט, זכה לה... זאל זי זיך מחיה זיין דערמיט.
אבער פון יעצט און ווייטער ווייסן מיר שוין נישט אראפצונעמען אן אויג פון איר במשך די גאנצע צייט וואס זי דרייט זיך צווישן די פיס.
האבן מיר גוט געהאנדלט? וואס וואלט איר געטאן אין אזא פאל?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 07:45 |
|
| |
טראכט אנדערש, לכל מטבע יש שני עברים.
1] באותו זמן וואס זי האט גענומען א מינדעוויכטיגע זאך, האט זי שוין געגנב'ט נאך עפעס מער ווערטפול, זי האט עס דירעקט געלייגט אזוי אפן כדי דו זאלסט דיך שפירן גוט אז האסט איר געפאקט ביי די מעשה, דערביי איגנארירן די עכטע גניבה.
2] זי האט יעצט טאקע נאר גענומען די מינדערוויכטיגע חפץ, אבער זי האט אין פלאן צו נעמען עפעס מער ווערטפול, דערפאר האט זי עס געלייגט אזוי אפן צו אויספרובירן אויב עטס וועטס זיך בכלל וויסנדיג מאכן אדער זענט עטס שעמעוודיג וכדומה, און נאכער וועט זי שוין טוט מיט ענק וואס זי וויל.
3] זי האט געמיינט ס'יז אירס.
4] כנ"ל, נאר זי האט געמיינט זי האט עס גוט באהאלטן.
5] טויש אויף אינהאלט 4 צו נומבער 3.
סיז דא נאך נאר סי שוין שפעט.
|
|
|
|
|