| נשלח ב-4/4/2006 09:03 |
|
| |
פסח'דיגע אייער
זיץ איך איבער די פארגעלבטע בלעטער וואו איך האב זיך פאראיאר אויפגעצייכנט וואס מען ברויך זיך איינהאנדלן צום היי יעריגן פסח סעזאן, באמערק איך דארט אין די זייט געוואשענע אייער... איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, קען מען דאס קויפן? זענען די אייער פון די געשעפט נישט געוואשן? פארוואס ברויך מען זיי וואשן? ביטע געבט מיר פרטים.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 13:29 |
|
| |
הערנדיג יענס יאר עמיצין פרעגן דעם דאיען איבער די געוואשענע אייער, קודם האט דער דאיען בכלל נישט געכאפט מאי קאמר מר, ביז נאך לאנגע הסברים האט דער דאיען זיך צושמייכלט און זיך אהנגערופן בלש"ק, 'שוין נאך א וועג ארים צו מאכן די ארימעלייט' און דער דאיען איז גלייך אראפ אין געשעפט -געווענדליך שיקט ער מיר- און באשטעלט פאר פסח אייער נישט געוואשענע.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 16:43 |
|
| |
סאכדעס;
זיי מוחל פרעג איבער דעם דיין אויב עס איז אויסגעהאלטן משנה צו זיין פון דאס וואס מען האט געזען ביי די עלטערן, בפרט פסח. אז מען פארשטייט נישט, פרעגט מען איבער, מען איז נאכנישט משנה קיין מנהגים צוליב אי-הבנה.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 17:23 |
|
| |
סיז קיינמאל אזא מנהג נישט געווען אין דער אלטער-נייער היים די מנהג איז געבוירן נאך 1980
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 19:41 |
|
| |
מ'האט נאכנישט גענטפערט פאר קרעמער: וואס איז דאס "געוואשענע אייער"? זייטס מקיים דעם "את פתח לו"..
דרך אגב: און וואס איז מיטן אויסטרעף "כשר לפסח פלעסטיק געשיר"? נישט גניבה?
מ'נעמט פלעסטיק לעפליך, מ'לייגט צו "כשר לפסח", און מ'רעכנט רציחה'דיג ווי א אייזערנע גאפל..
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 19:58 |
|
| |
רעדענדיג פון פסחדיגע אייער האב איך געהערט א עצה טובה, און עס אויס פרובירט און עס איז זייער גיט געווען.
קאכט די אייער צוזאמען מיט נישט אפגעשיילטע קארטאפעל, עס באקומט א ברוינע קאליר און עס איז דעלישעס.
מ' דארף ניצען א ספעציעלע טאפ נאר פאר דעם פאר די וואס ניצן נישט קיין שאלאכטס פסח.
טעמו וראו, און קומט צוריק זאגן אויב איך בין גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 20:45 |
|
| |
לויט איין סאטמאר פאלט אינגאנצן אוועק די חומרא פון געוואשענע אייער, ווער עס קען אביסל הלכה ווייסט דאך אז אייער איז לעכעריג, סאו אויב קאכט מען דאס מיט די שאלאכץ פון די קארטאפל דעמאלץ גייט דאך דאס אריין אין די אייער, נו אם כן מה הועילו חכמים בתקנתן, אויסער אויב מיר וועלן אן נעמען די פסק פון התאחדות אז די אייער איז נישט קיין שום ענין צו וואשן, דעמאלץ איז שוין פארענטפערט, אדער אז אונז וועלן מוזן צוקומען אז מ'וואשט אפ די קארטאפל פון פאראויס, אולי?!

|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 21:19 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיט "לעבעדיגע פיש", נאך היינט א קפידה?
קוקט ווי א שמועס ציהט זיך, אייער, פאטעטעס, פלעסטיק געשיר, און פיש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 22:05 |
|
| |
טיילווייזע ליקוט פון חומרות אויף פסח.
1) פארשידענע משפחות פירן זיך אנצושעפן וואסער אויף גאנץ פסח, מען האלט דאס אין אזעלכע גרויסע גארבעדזש קענס (היינט איז שוין דא "ספרינג וואסער" פאר דעם צוועק), צוליב חשש חמץ אין די וואסער, וויל מען עס זאל בטל ווערן פאר פסח.
2) טייל עסן נישט קיין פראדוקטן וואס זענען נישט געווען אינדערהיים, צום ביישפיל: אין סקווירא עסט מען נישט קיין באנאנעס, ווייל עס איז נישט געוואקסן אין יענע מקומות (כך שמעתי).
3) אין טייל מקומות פירט מען זיך אז מען באנוצט זיך נישט מיט קיין "פלעסטיק" א גאנץ פסח!!! (סקווירא ועוד), ווייל עס איז א נייע ערפינדונג, און איז נישט געווען בנמצא אינדערהיים. זיי עסן מיט געהעריגע דישעס א גאנץ פסח, און נוצן נישט קיין פלעסטיג טישטוכער ביים עסן!
דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן חומרות וואס מען פירט זיך ביי זיי, אדער וואס זיי האבן געהערט און געזען ביי אנדערע.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 22:31 |
|
| |
געוואשענע אייער? ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך הער דערפון. פסח ווערן גענוצט אין יעדע פאמיליע הונדערטער אייער. ווי אזוי וואשט מען זיי? אין א וואש-מאשין?
ביי אונדז אין ארץ ישראל, פלעג מען זיך נוצן פסח מיט נישט געשטעפלטע אייער, צוליב חשש חמץ פון די טינט. איצט איז שוין דא ההשגחה אויף די סארטירונג-הייזער, און אויס פראבלעם. אבער געוואשענע אייער? פון אזא חומרה האב איך נישט געווסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 02:31 |
|
| |
קויפען היימישע מאסט ווייל מען מישט זיך נישט מיט קיינעם
נאר עסען געקויפטע שמאלץ ווייל געקויפטע אויל הייסט געמישט
פאלשע פלייש
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 03:55 |
|
| |
סתם אזוי,
א מענשט'ן אז זיי נוצן מיט שמאלץ זי עסן נישט פיש אויף פסח? ווי אזוי זיי מאכן?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 03:58 |
|
| |
יגרסהדותא,
מסתמא וויסטו אז אין 'נעפקין' [מפיות] איז פאראן 'עמילן' דאס איז אזוי ווי מעל דאס איז ממש חמץ, דערפאר מ'דארף הכשר אויף דעם. מסתמא / עס קען זיין אז אין טעלער פון פלאסטיק פארן אויכעט א זעלעכע מעשה'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 05:30 |
|
| |
אז מען רעדט שוין פון געוואשענע,
וואס איז דאס 'שמוציגע' מייערן ? און שמוציגע סעלערי ??
עס שיינט ווי א סתירה,,,, דא קויפט מען דווקא 'שמוציגע=אומגעוואשענע', אן א יד נכרי באמצע. און אייער קויפט מען דווקא 'געוואשענע' , דאס מיינט אז איינער האט זיך שוין געפארעט דערמיט...
,,, מ'שטיינס געזאגט קוקט עס אויס ווי תרתי דסתרי.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 05:42 |
|
| |
שם אחר,
דאכט זיך אז דער טורי זהב האלט אז אייער איז לעכעריג, די אנדערע פוסקים האלטן אנדערש.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 08:10 |
|
| |
ווי ווייט איך ווייס איז א חומרא צו קויפן אומגעוואשענע אייער, און עס אליינס אפוואשן
כ'וואלט נישט געראטן קיינעם צו עס טוהן...
|
|
|
|
|