בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברעיקינג: גרויסארטיגע מיטינג געשלאסן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/4/2006 07:01 לינק ישיר 
ברעיקינג: גרויסארטיגע מיטינג געשלאסן

אין די מינוטן האט זיך געשלאסן די ערשטע אין איר גלייכן מיטינג וואס איז פארגעקומען טאקע דא אין די קרעטשמע, וואו עס האבן זיך צוזאמגענומען אונטער איין דאך דער דיין מיטן קוימען קערער, און דער ראש הקהל מיטן גרויזאמער זענען געווען פארבינדן דורך די אלוועלטליכע גוגעל טאלק פארבינדונג.

ביז עטליכע מינוטן וועט מען אי"ה ארויפלייגן די רעזאלוציעס, צוערשט וויל איך אויפקערן דא אביסל פון די שמוץ וואס די חברה האבן מיר דא איבערגעלאזט, און איך ברויך אויסלופטערן אביסל די שטוב פון די פארדושנעטע לופט.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 07:02 לינק ישיר 

דזשאסט עי נאוט: יאנאש איז נישט דא געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 07:11 לינק ישיר 

אזוי ווי עס איז שוין שפעט געווארן וועל איך אי"ה ארויפלייגן די רעזאלוציעס מארגן, דער עולם קען זיך גיין לייגן (אדער העלפן אין שטוב).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 07:13 לינק ישיר 

אקעי,אקיי,אוקיי,קעי,okay,k,ok,

א גיטע נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 15:45 לינק ישיר 

יענטאאש עדד דיס נאוט;

יאנאש איז נישט דארט געווען, ווייל די החלטות זענען ממילא נישט ביינדענד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 16:57 לינק ישיר 


  • די קרעטשמע איז געגרינדעט געווארן דורך די ראשי הקהילה בכדי עס זאל בלייבן אפן, קיינער –אינקלאדינג פוילישע גוים-  וועט אונז נישט צווינגען איר צו פארמאכן אפילו אויף קורצע זמנים, די איינציגע מאל וואס מען פארשליסט האלבוועגס די קרעטשמע איז יעדן אויפדערנאכט ארום עלף ווען מען וואשט די פלאר, וואס דאן איז 3X0 'שוין נישט דא', און משנה ללמך 'נאך נישט דא'.
  • קהל אפעלירט צום עולם צו זיין אויפמערקזאם אז עס איז דא דער דיין 'התאחדות' און דער אונטער שמש 'סאכדעס', דער עולם זאל אכטונג געבן -און אויך אנזאגן די שטיבער- נישט זיך צו פארמישן מיט די צוויי ווען מען פרעגט א שאלה, צוליב אסאך מכשולות וועלכע זענען שוין ארויסגעקומען.
  • מען וועט אי"ה בקרוב צולייגן נאך בית הכסא'ס צו די קרעטשמע, וועלכע וועט ווערן נתנדב דורך 'הצלה2006' נאכדעם וואס ער האט לעצטנס זיך דערטראכט אויף  'א איינפאל פאר אינוועסטמענטס' און געטראפן 'א געלעגנהייט צו מאכן אפאר דאללער'..... דער עיקר איז 'וואס ליפא'לע האט געזאגט אבי מ'לעבט'.
  • א גרופע זאל זיך פארמירן וועלכע זאל גיין באזוכן מזמן לזמן די עלטערע אידן וועלכע קענען שוין ליידער נישט קומען אין די קרעטשמע צוליב חלשות הגוף (והנפש): גם-זו, סושי, פארברענגען, בי-חסיד, בן הרחמן,און נאך. 
  • עס ליגט א חוב אויף יאנאש'ן צו אויפקלינען, אויפ-פרישן, איבערפעינטן, און איבערמאכן זיין שלאף שטיבל אויפן בוידעם, ווי אויך טוישן די בעט געוואנד, זינט עס גרוכט שטארק אראפ אין די קרעטשמע למרת רוח די בני החבורה.
  • למען השלום איז געבליבן אז "מ'שטיינס געזאגט" מיינט "מ'שטיינס געזאגט" און "אוקיי" מיינט "אוקיי".
  • 'גרויזאמער' איז אפיציעל באשטימט אלס דער 'פייטינג מיניסטער'.

  • די ברוינפן וואס 'יאנאש' טרינקט וועט ווערן אפיציעל אראפגערעכנט פון זיינע וועידזשעס אויף א דיסקאונט פרייז פון א קוואדער א גלעזל.
  • זינט רוב הייזער זענען שוין פסח'דיג זאל מען זיכער מאכן אז ווען מען וויל 'כאפן א מצוה' פאר די יעניגע און אהיימטראגן 'א סלייס פיצא' זאל עס זיין אויסדריקליך געמאכט פון 'פסח'דיגע געוואשענע אייער, גאקאכט אין פאטעיטא שאלעכץ זאפט' (דער דיין האט דיסעגריט אבער האט זיך נישט קעגנגעשטעלט די רעזולוציע).
  • צום לעצט, אויפן דירעקטן פארשלאג פון 'פענסטער' און דעם דיין, וויל קהל אויסרופן בקול רם:

GO ON THE SIDEWALK NOW!!! OKAY


 

תוקן על ידי - kraitchmer - 06/04/2006 17:12:36



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 17:04 לינק ישיר 

קען די קאסטן פון איבער מאכן דעם צימערל גיין אויף קהל'ס קאסטן?

אה שיעור נישט (שיעור יא) פארגעסן, קרעמער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 18:08 לינק ישיר 

קרעמער
















תוקן על ידי - kraitchmer - 06/04/2006 18:14:28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 18:10 לינק ישיר 

'שיעור נישט פארגעסן'

מ'שטיינס געזאגט, וואו קומט דא אריין שיעור?

ווועלכע שיעור?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 19:46 לינק ישיר 

קרעטשמער;

וואס האסטו זיך היינט אזוי צולאזט?

די רעזאלוציעס האבן נישט געברויכט קיין שום תיקון, זיי זענען אריינגעשיקט געווארן דורכן ראש הקהל, און איך האב זיי אריבערגעברענגט פון ג'י-מעיל. אויב האסטו געוואלט עפעס טוישן, האסטו געברויכט אנפרעגן ביי די וואס זענען אנוועזנד געווען אין די קרעטשמע בשעת די נעכטיגע מיטינג.

און וואס האט מען שוין געברויכט פארריכטן אין יגר'ל תגובה? איז געווען דארט צופיל בייסיגע? צו ווייניג?

יאנאש;

די שערקויך קומט זיך פאר יענטאאש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 20:43 לינק ישיר 

קרעמער, איך מיין אז מיט אלע תקנות, מיט'ן נייעם צימער פון "פייטונג עריא", אינקלאדינג די לעצטע צושרויפטע מיטינג וואס דו גאנצע גאס רעד דערפון, איך רעד שוין נישט פון וואס די הצלה יוגעלייט ווילן נישט פארציילן וויפיל בלוט עס האט זיך געגאסן דארט, אזאך וואס איך גלייב נישט אז מענטשן אין "אונזער" קרעטשמע זאלן נישט פארמאגן ביר וואס לויפט אין די אדערן, נאר אלט-מאדישע בלוט... שפיר איך אז ווילאנג דער "קרעטשמער" נעמט אונזערע ווערטער, וואס איך האב מיך געפלאגט צו קלאפן אויפן קיבארד, נאכן כסדר דריקן דעם ALT+TAB ווייל דער בעה"ב שטייט מיר אינטערן רוקן,  און דערנאך קומט זיך אן דער "קרעטשמער", נישט קיין יחוס אבות האט ער, און דאס טוט ער

קרעמער לאמיר ארויסגיין מיט א בקשה, הייסע טרערן און בכיות נוראות (וואטעווער איט מינס), דו ווענט זאלן מיטוויינען, לאמיר אים פאלן צו די פיס און בעטן, האב רחמנות, איך האלט אז צוזאמען, איך מיט דיר, און דו מיט מיר, איך מיט מיין פאסיק און דו מיטן הויזן טראגער צוזאמען האבן מיר א כח, לאמיר זיך נישט אינטערשאצן.

ווילסט וויסן וואס מען האט געמעקט? ביסט נישט דער איינציגסטער, מיין גוגל טאלק, MSN מעסענזער, תיבה אישית, ביפער, קארדליס טעלפאן, און מיין פאקעט פיסי וויי-פיי, הערן נישט אויף צו קלינגן: יגר, זאג שנעל וועלכע דראג'ס פארקויפסטו, די מיט די נידלעך אדער טעבלאט'ס? איך שטיי געשטוינט, היעלה על הדעת איך זאל פארקויפן פאר אנדערע? קיינמאל, איך פארקויף נישט קיין שטיקל, אלעס גייט אריין אין מיינע בני מעים, שישו מעי שישו פלעגן צדיקים זאגן, און וואס גייט דא פאר.

זאגט מען מיר: על פי תקנת הייד-פארק קען א מנהל נישט מעקן נאר אויב ס'איז דראג'ס! אזוי שטייט אין די פארשריפטן, מוז זיין אז דא אין מיין געמעקטע תגובה איז דא פון די הייסע סחורה.

גיי פארענטפער דיך, ס'איז גארנישט געשטאנען, הוידל בוידל, סתם אן עלילת דם אלטס זכר צו וואס אונזערע עלטערן האבן געהאט אלע יארן פאר פסח,

הערטס מיך צו בני קרעטשמע היקרים, דא איז געווען אסאך מענטשלעך אלע האבן זיי געלאכט, אזוי ווי יעצט, אבער זיי האבן נישט געלאכט אין א רייע, ס'האט אויסגעקוקט ווי ס'איז דא אפאר אונגארישע בתוכם, וואס זיי האבן זיך צולאכט מיט אפאר סקונדעס שפעטער.. איך קען ענק זאגן ס'האט אויסגעקוקט שרעקליך..

איז געקומען דער מנהל, און געמאכט סדר, אלעס לאכט "אויפאמאל א גוט'ס".

אז מ'קוקט גוט קען מען באמערקן ווי א חלק פון זיי לאכן נאר מיט ווייל זייער שכן לאכט... נישט ווייל זיי כאפן אליינס דעם ווערטל, אבער מ'שטיינס געזאגט, אבי מ'לאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 22:16 לינק ישיר 

אלץ דאיען וואס זאגט נישט קיין ליגנט, על יאך דא קלאר מאכן וואס מ'האט דא מתקן געווען, מיין אונטער שאמעס האט געפענט די אשכול אבער דאס איז געווען אומליינבאר, מ'שטיינס געזאגט, די מענטשלעך זענען אלע געשטאנען אין א לאנגע שורה, אז מ'האט געקענט פלאצן טויזנט מאל ביז ווילאנג מ'איז אנגעקומען צו די אנדערע עק זייטל, סאו האט סאכדעס גענומען די מיה, און אריינגעשיקט אפאר ENTER'S צווישן די מענטשלעך אז מ'זאל דאס קענען ליינען כדבעי. אויף דעם בין איך אליינ'ס עד ראי'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 22:54 לינק ישיר 

יגר'ל;

איך לאך נאך יעצט, דיין דאזיגע תגובה איז עפעס געוואלדיג! אויסטערליש!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/2/2008 04:04 לינק ישיר 

און זיי ווילן נאך זאגן אז  אמאל איז נישט געווען קיין פאן      



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברעיקינג: גרויסארטיגע מיטינג געשלאסן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext