קורץ און טיף
רעדן לאנג און אויבערפלעכליך האט קיין באדייט
אלזא רעד קורץ און טיף
אוקיי?
עלמיר אנהויבן, אשכול כלל: קיין לאנגס באלאנגט נישטא, חיבורי המילים איז א מוז, שמועס אנגעהויבן
(נוסח קרעטשמע וואלט געשטאנען: איך וועל אנהויבן די ערשטע בעזה"י:
מיר בעטן די גאנצע עולם זיך צו האלטן צו די תקנות פונעם אשכול, ווער נישט וועט בלא בלא בלא......
די עיקר תקנה איז אז מען טאר דא נישט שרייבן באריכות אזויוויי מען שרייבט אייביג, אלעס מוז
זיין קורץ און שארף, צוויי ווערטער וואס מען קען באהעפטן מוז פאר יעדן פרייז ווערן באהאפטן,
למשל די ווארט וועלן מיר אנהויבן, מוז געשריבן ווערן עלמיר אנהויבן. און אזוי ווייטער.
די שמועס הייבט זיך יעצט אן, מען בעט יעדער איינער זאל ביישטייערן.
עד כאן וויאזוי די איין אויבנדערמאנטע שורה וואלט געשריבן געווארן דורך די היינטיגע שרייבער
פאראיין.)
עלאיך נאכאמאל אנדייטן. קיין לאנגס באלאנגט נישטא, חיבורי המילים איז א מוז, שמועס אנגעהויבן!!!
|
|