בית פורומים היימישע קרעטשמע

גויאישע ספארטץ ביי חסידישע יודן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2006 03:05 לינק ישיר 

זארגז זיך נישט קרעמער, איך ווייס אז ביי די חברה איז נישט שייך קיין לשון הרע און רכילות, וואס איך האב געמיינט צו ארויסברענגען -אדער עטליעסט פרובירט- אז מ'וויל דא ארויסצוברענגען דער אומ-אידישקייט פון ספארטס, האב איך געוואלט גיין א סטעפ ווייטער און פרובירן זאגן אז מען קען אפילו טענה'ן אז ספארטס איז מער אויסגעהאלטן. אין הכי נמי אז ס'איז נישט עכט קיין הלכה'דיגע פראבלעם די מחלוקת אין לשוין הרע'ס ביי פאליטישאנס, אבער דאס קען מען זיכער זאגן אז א מחלוקה אין ספארטס איז איידעלער און נישט אזוי מיאוס ווי עס קען ווערן -און ווערט כסדר ביי קאמפעינס- ביי פאליטיקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 03:17 לינק ישיר 

יענטאאש איך האב מורא אז דו האסט נישט געהעריג אפגעליינט מיינע ווערטער,

אדרבה זאג מיר ווען עס קען אמאל אויסגעקומען עפעס א נפק"מ פון ספארטס פאר אידישקייט אדער אפילו פאר סתם עניני מסחר, אלא מאי איז עס נאר אונטערהאלטן מיט עפעס א שפיל וואס קומט גארנישט ארויס דערפון נישט פאר זיך און נישט פארן חבר, משא"כ מיט פאליטיק כמבואר בדברי (און איך רעד נישט פון אזאלכע וואס ליגן טאקע ראשם ורובם נאר אין די פאליטיק כנ"ל)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/5/2006 05:32 לינק ישיר 

איך בין נישט אויסן אויסצוכאפן מר. יין שרף, אבער דאכט זיך מיר אז די פראבלעם פון ספארטס ליגט אביסל באגראבן אין דעם וואס די יוונים האבן דאס ערפינדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 00:46 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין יא, עס איז היינט (אזוי מיין איך) ארויסגעקומען אן האטליין אויף בעיסבאל אויף אידיש-יידיש, עס איז ווערט א רוף טאן.
 
1-206-222-4089

שמעו ותחי נפשכם.
תוקן על ידי - יאנאש - 26/05/2006 0:48:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 02:56 לינק ישיר 

...מיט א רויט פלאמעדיג פנים, ווען שווייס גיסט זיך דערפון ווי א רעגן פון די ארובות השמים, שלעפט זיך דער אלטער 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' צוריק צו זיין דערפל, אנגעהאנגען מיט די צוויי אלטע פארדזשאווערטע וואסער אמפערס וועלכע הענגען זיך אראפ פון איבער זיינע פלייצעס.

אלעס לויפט צום פענסטער, די גאנצע קרעטשמע ווערט איינגעהילט אין א טיפן שאק, יא, יא, דאס איז ער, יא דאס איז אונזער אלטער 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף' סודות'צן זיך אלע קרעטשמערס. יא, יא, דאס איז ער, דער זעלבער חיים חייקל, גענוי ווי אמאל, ער שלעפט זיך דארט מיט די אמפערס, דאס פנים איז אים פארמאטערט, ס'פלאמט, אפגעבאקן פון וואנדערונגען איבער די דערפעלעך אין אזעלכע הייסע טעג, די אמפערס, די פעסלעך וועלכע שלענגלען זיך איבער זיין גוף איז דאס זעלביגע, יא! דאס איז עס, ער איז דאס! קיין ספק.

ס'שא שטיל, ממש ווי א טונקעלער בית עולם נאך האלב נאכט, די קרעטשמערס זענען איינגעהילט אין א טויט'ן שאק, נישט קענענדיג קומען צו זיך קומען, נישט גלייבנדיג וואס זייערע אויגן זעהן, אבער ס'פארט א פאקט, יא ס'איז דער אלטער חיים חייקל!

חייקל שפאצירט זיך אזוי פאוואליע מיט אויסגעשעפטע כוחות, ער ציילט זיינע רואיגע טריט אין ריכטונג צו זיין אלטע באליבטע קרעטשמע.

חייקל לאזט אראפ זיינע צוויי אמפערס פון די פלייצעס ביים אריינגאנג פון די קרעטשמע, ער שלעפט ארויס פון די פאדערשטע קעשענע זיין טאשן-טיכל, פארווישט זיך די אנגעזאמלטע שווייס פון פנים, און מיט זיין שטענדיגען שמייכל אויפן פנים עפנט ער דעם אלטן גרויסן הילצערנע קרעטשמע טיר.

א הילכיגן "שלום עליכם" ברעכט דאס שטילקייט אין די קרעטשמע בעת חיים חייקל ווערט ענטפאנגען פון די אלע פארזאמעלטע. חייקל האט נאך ניטאמאל עספיעט זיך צו פארוואשן דאס רויטן אנגעשוויצטן פנים זיינעם מיט אביסל קאלט וואסער, ער האט נאך נישט עספיעט זיך אנידער צו זעצן, דער אטעם זיינער לויפט נאך אזוי מיטן פולן שנעלקייט, א פארסאפעטער א אויסגעמוטשעטער איז ער פונעם לאנגן טאג זיינעם אונטער די געבראטענע זון, אבער דאס אלעס איז קיין אפהאלט נישט פאר חיים חייקלן און ער באגריסט שיין צוריק מיט א פרייליכן "עליכם שלום" זיינע אלטע גוטע פריינד.

די קרעטשמערס גייען צוריק יעדער צו די טישן, חיים חייקל זעצט זיך דערווייל אנידער אין א זייטן טישל בכדי אפצורוען דאס אויסגעמוטשעטע זעקעלע ביינער זיינע, פארוואשט זיך דאס פנים, פארכאפט א גלעזל משקה, ווען צו דער זעלבער צייט פאסט ער אויך אויף אויפן גאנצן ארום, ער קוקט אזוי ארום הין און צוריק, נייגט אן אויער דא אן אויער דארט, אבער דאס מערסטע וואס ציהט זיין אינטערעסע איז דער אויבערשטער טישל וועלכער שטייט ממש ביים אריינגאנג פון די קרעטשמע, דייקא דער טישל מיט אירע פילע באטייליגער, דייקא דער טישל איז אים שטארק געפאלן און ציהט זיין אינטערעסע.

חייקל זיצט אזוי אין באטראכט דעם רונדיגן טישל, ווי די אלע ארומיגע פארברענגען אזוי שיין און געמוטלעך, חייקל'ס שטארקט זיך איבער זיינע מידע כוחות, הויבט זיך אויף פון זיין ארט, שלעפט מיט זיין בענקל פון אונטער זיך, און שארט זיך צו צו דעם רינדיגן טישל, וועלנדיג זיין ווי איינע פון זיי...

חייקל האלט שוין אצינד מיט פון דער נאנט זייערע געשפרעכן, אבער ער נעמט נאך דערווייל נישט קיין שטעלונג. נאך וואס ער אלע ארומיגע האבן זיך שוין געלאזט הערן, גיט חייקל א קלאפ אויפן טיש, שטעלט זיך אויף די פיס און לאזט זיך אויך הערן:*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

ערשט - זאגט חייקל - וויל איך טאקע באגריסן ר' עוורידזש, ר' יין שרף און ר' בן הרחמן, פאר זייערע אויפריכטיגע רייד.

איך שטרעק זיי מיין פינגער פאר איטליכן באזונדער לאות פון מיט שטימונג און צופרידנקייט.



אצינד צום ענין, טייערע חשובע אינגעלייט, הערט וואס אן אלטער אפגעריסענער 'וואסער טרעגער' האט צו זאגן בנוגע אייער וויכוח, אמת, פארט איז ער נישט אזוי באקאנט אין די ענינים, כ'מיין וואס ווייסט דען שוין אן אלטער אפגעריסענער דארף'ס מאן, נאך אלעם איז ער דאך נישט מער און נישט ווייניגער אן אלטער דארפ'ס מאן וואס זיין גאנצע קענעטעניש איז נישט מער ווי שלעפן אמפערס וואסער אויף די פלייצע, נו גיי לערן מיט א גוי ברטנורה, וואס פאר א מיינונג קען דען שוין אן אפגעריסענער וואסער טרעגער האבן אין די הויכע ענינים?. צייטונגען, נייעס און ספארטס איז דאך ביי אים אין די אויגן גענוי ווי די אידן אין דעם גוי'ס אויגן, ווייסט דען דער גוי א חילוק צווישן איין איד און צווייטן? ביי אים קוקן אלע אידן אויס אייניק, א איד און שוין, פארטיג. דאס זעלביגע ביי דעם אלטן חייקל, מ'טאר נישט, ס'גויאיש, און שוין, וואס ווייסט ער?.
טייערע אינגעלייט, אמת, אמת, אבער אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן, הערט אמאל פון אן אלטן איד וואס ער האט צו זאגן.

ווי איך זע זענט איר דאך אלע אינגעלייט וואס איר זענט ווינציג באקאנט אינעם עבר, וויאזוי א שטייגער אן אמאליגער איינפאכער איד האט אויסגעקוקט, וויאזוי א שטייגער אן אמאליגער איינפאכער בעל הבית האט אפגעריכט זיין הלוך ילך טאג טעגליך, וויאזוי א שטייגער די פריערדיגע האבן אראפגעשטעלט די יסודות פאר אייך און אייער עתיד. ביין אונז אונדערהיים, ביי אונז אין שטאט (חיים חייקל איז גראדע נישט א דערפיש געבוירענער. חייקל'ס איז אויפגעוואקסן אין א שטעטערישע סביבה, ער איז נאר הערשט אין די לעצטערע צייטן - זינטן גרינדונג פון די קרעטשמע - אריינגעפאלן צו אונז אין דארף...) אמאל אין אונזערע צייטן איז ביי יעדן קינד ביי יעדן בחור ביי יעדן בעל הבית געווען פאר א פשטות דער ענין פון דעם "ואבדיל אתכם מן העמים", דער ענין פון "להיות לי לעם", דער ענין "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש וכו'". די אלע ענינים זענען נישט געווען ווי עפעס אן ענין אדער גאר א מנהג, דאס זענען געווען ענינים וואס זענען געווען אינסטינקט אין יעדן אידיש הערצעלע.

אז א איד איז ארויס אין די גאס פאר מסחר וכדו', איז געווען ביי אים אזוי קלאר ווי טאג אז ער גייט 'ארויס' אין גאס, וואס דאס מיינט צו זאגן: אז כיון שכך גזרה חכמתו ית', אז פאר א שטיקל לחם אין מויל צו נעמען דארף מען זיך ארויס לאזן אויף די יארכע האנדלען און וואנדלען, האט אבער דער איד - וואס זיין גאנצער 'איד' מיטן פולן זין פון ווארט איז געווען ביי אים איינבאקן מיט א פעסטקייט - אבער געוואוסט אז אצינד גייט ער בלויז ארויס פון זיין אידישן קווארטל, פון זיין אידישע ד' אמות, ער איז 'ארויס' אין די גאס נישט ער אז ער האט אריינגענומען די גאנצע גאס מיט אלע אירע פסולות אין זיך. בפנמיות לבבו איז ער אפי' בעת ער איז געווען אויף א געשעפטס האנדל אין די גרויסע רוישיגע, טריפה'נע, שטעטערישע גאסן איז ער אבער פארט געווען אין גאס און נישט אין דערהיים, די גאס איז אים שוין גארנישט געווען אזוי באקוועם, ער האט זיך נישט געשפירט דערין וואו אינדערהיים, פארוואס? פשוט, ווייל ער האט געוואוסט ביי זיך אז ער איז א איד, גאט איז געגאנגען קלייבן 'פאר זיך' א פאלק, להיות 'לי' לעם, האט ער געהאט אויסוואל פון פעלקער וועלכע ער וואלט געקענט קלייבן, אבער ניין! זיי, די אלע מיט וועם איך באגעגן זיך, מיט וועם איך האנדל, די אלע האט גאט געשטופט אין דער זייט און האט געזאגט 'ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש', דוקא דו, דייקא דעם איד, דייקא דיר האב איך אויסגעוועלט דו זאלסט זיין מיינער, דייקא דעם איד האב איך געקרוינט און בוחר געווען אלס מיין פאלק, זיי זענען מיינע און איך בין זייערס.

און נישט נאר דאס, נאך דעם גליקליכן אויסוויילינג, וואס גאט האט אונז אויסגעקליבן מכל עם ולשון, האט ער אונז געוואלט פארזיכרן אויף תמיד, און והיות א מענטש דארף דאך אנקומען צו מענטשליכע געזעלשאפטן, א מענטש דארף דאך האנדלען מיט מענטשן, האט גאט מורא געהאט אז והי' ברבות הימים אז מיר וועלן אנקומען אין די שטעטערישע גאסן בכדי צו האנדלען און וואנדלען, און מיר וועלן זיך פארגעסן וואו מיר שטייען איין, מיר וועלן זיך פארגעסן פון די גרויסע 'ממלכת כהנים' וואס מיר פארמאגן, האט ער זיך דעריבער באווארנט און זיכער געמאכט אז 'ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי לעם', איך וועל אייך אפטיילן, איך וועל מאכן א מחיצה, א צווישנשייד, צווישן אייך און אייערע ארומיגע, אזוי ארום וועט איר קענען באווייזן אנצוהאלטן דעם גרויסן כבוד פון להיות 'לי' לעם.

ואבדיל אתכם מן העמים. וויאזוי? וואס איז די מחיצה?
די מחיצה איז דער 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם' (לויט אלע פשטים. הן 'מקדש' מיינט די בתי מדרשים, די אידישע קווארטל'עך, די אידישע געגנטער, און הן דאס מיינט דאס אידישע הארץ, אז מ'זאל זיך אריין נעמען דאס ענין פון 'גוי קדוש' 'בתוכם', טיף אין די הערצעלע אריין), די ד' אמות פון א איד, דאס וואס א איד איז אפגעזונדערט במחשבה בדיבור ובמעשה פונעם גוי, דאס וואס א איד האט גדרים וסייגים, דאס איז דער מחיצה, דאס איז דער צווישנשייד מיט וואס גאט האט אונז מבדיל געווען פונעם גוי.

אט דאס, דער מחיצה, דער קלארע ידיעה, דער קלארער באדייט פון וגוי קדוש האט יעדער איינפאכער בעל הבית מיטגענומען מיט זיך בעת ער האט פארקלאפט דאס טיר פון זיין הייזקאלע און איז אפגעפארן קיין לייפציג האנדלען און וואנדלען...

נו אז מען מוז שוין יא פארקלאפן די טיר פון די אידישע היים, און אז מען מוז זיך שוין יא ארויסלאזן אין די גאסן זיכן עפעס חיונה, שטעלט זיך די פראגע: וואו הויבט מען אן און וואו ענדיגט מען? וואו קומט מען וואו גייט מען? וואס קויפט מען? מיט וואס האנדעלט מען? וואו קויפט מען וואו פארקויפט מען? און אז גאט העלפט, מען האט שוין און א מזל'דיגע גוטע שעה ענדליך עפעס געטראפן, מען ווייסט שוין יא וואו מען שטייט איין, קומען דאך אבער כסדר אפיר פרישע שטרויכלונגען, פרישע סחורה, פרישע באציאונגען, וכו' וכו', מען מוז דאך שטייט בראש מיט א וואך אויג אויף די אלע זאכן בכדי צו קענען אנגיין אין דעם מסחר געהעריג, איז ווי גיט מען זיך אנ'עצה?.

והנה, והיות דער סדר המסחר במשך שנות ימי גלותינו ליגט אין די הענט פון אט די יעניגע פון וועם גאט האט אונז דייקא ארויסגענומען און אפגעטיילט, איז וואס טוט מען דא? וואו גיבט מען זיך אן עצה? איז בלית ברירה מיט א צובראכן הארץ און א שווער געמיט, נישט האבנדיג קיין צוויי ברירות, האבן אידן געמוזט אנקומען צו פובליקאציעס און מעלדונגען פון אט די יעניגע פעלקער, צו די מעלדונגען פון אט די גויים וועלכע גאט האט זיי נישט געקליבן אלץ א 'גוי' קדוש.

לאמיר נעמען א משל א שטייגער אונזער חשובער ידיד דא אין דארף, דעם אלעמען באקאנטן ר' נחמן נטע דער האלץ האקער. ווי מיר ווייסן אלע גיבט זיך נחמן נטע אפ מיט די האלץ מסחר, ער קויפט און פארקויפט, הן פון דא אין דער נאנט הן פון מרחקים. ער מוז כסדר פארן און קומען. ער מוז כסדר האבן פארבינדונגען. איז לאזן מיר זיך אויס'משל'ן אז נחמן נטע וויל זיך ארויסלאזן איין טאג צו די דערנעבנדיגע שטאט מאכן דארט עפעס א גוט געשעפט, מוז ער דאך פארדעם וויסן צו עס לוינט אים צי נישט, ער מוז וויסן די ארטיגע רעגירונגס-האנדל געזעצן, פארשטייט זיך אז א דאנק דעם האט ער שוין אויך א שטארקע אינטערעסע אין די נייעס פון יענע שטאט, מי בראש, און וואס פארא השפעה זיינע מיינונגען, זיינע געזעצן, וועלן האבן אויפן עולם המסחר; וויאזוי באהאנדלט די פארלאמענט דארט די עקאנאמישע איינלעגנהייטן, ער מוז וויסן וויפיל די שטייערן אויף די געהילץ זענען א.א.וו., דערנאך וויל ער זיכער מאכן אז אין דעם שטאט קען ער זיך רואיג אויפהאלטן א לענגערע צייט, עס קומען נישט פאר דארט צופיל פארברעכן'ס, די פאליציי איז גענוג וואך צו שטיין על המשמר, און אזוי ווייטער פארשידענע זאכן.

און נאכן שוין מיטהאלטן און וויסן, אז ער באשלוסט שוין אז עס לוינט אים צו פארן, וויל ער צו וויסן וואס פאר א וועטער עס ווארט אים דארט אפ, און צו די באנען פארן ווי געווענטליך; צו זענען די וואגאנען אין די טעג גענוג פארזיכערט. צומאל ווען ער לאזט זיך ארויס מיט פערד-און-וואגן מוז ער קענען לערנען די וועגן; ער מוז שטיין און מיהטלטן די פרישע טראנספארטאציע געזעצן, וועלכע שווימען ארויף טאג טעגליך ווי שוועמלעך נאך א רעגן, וויפיל עס וועט אים קאסטן אויל צו שמירן די רעדער, פארשטייט זיך אז אויטאמאטיש האט ער שוין אן אינטערעסע מיטצוהאלטן אלע נייעס ארום די אויל, פארוואס ס'איז טייער? פארוואס ס'איז ביליג? ווער איז שולדיג? וכו' וכו'.

נו, פון וואו זאל אונזער ר' נחמן נטע וויסן די אלע זאכן אויב נישט פון די צייטונגען?

דאס זעלביגע - טייערע אידן - איז מיט נאך אנדערע צענדליגער זאכן, וואס דער ציבור האט נישט געפונען קיין שום אנדערע מקום פון זיך דערוויסן די נייעס א חוץ פון די גויאשע פובליקאציעס. עס קומען כסדר פאר געשעענישן איבער די וועלט וועלכע נעמען ארום די אינטערעסן פון יעדן מענטש הן לאקאלע, הן נאציאנאלע, והן אינטערנאציאנאלע וואס - ווי ר' יין שרף און ר' בן הרחמן האבן שוין ארויסגעברענגט - נעמט דאס צומאל ארום דעם מענטש הן אין זיין טעגליכן לעבן שטייגער און הן חלק המסחר וכו', און כדי דאס צו וויסן און זיין באהאווענט דערין האבן אידן מיט א שווער געמיט זיך אנגעהויבן זיך צו באנוצן מיט די גויאישע צייטונגען און לופט-הער-מאשינקעלעך.

איז וואס איז דער פראבלעם מיט צייטונגען?
צייטונגען, טייערע קרעטשמערס, ענהאלטן אין זיך אסאך פראבלעמען! אבער בעיקר וואס ליגט דערין באגראבן איז: 'דער גוי', דער גאנצער מהות פון זיין טומאה; דער גאנצער מהות פון זיין שפלות; דער גאנצער מהות פון זיין מהלך המחשבה; פון זיין פריקת עול; אלעס אלעס, און נאך פיל מער, ליגט באגראבן אין טיפענישן פון די צייטונג'ס בלעטער. דער גאנצער ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, א פאלק וואס לעבט פאר עפעס אן אנדער ציל, מיט עפעס אנדערע געדאנקען, אנדערע מחשבות, אן אנדער מהות, אן אנדער מציאות, די הכחשה צו דעם ליגט באהאלטן אין די צייטונגען. אז א איד הויבט אן זיך אריין צולייגן דעם קאפ אין צייטונגען, ער הויבט אן צו באקומען א באגריף אין דעם גוי'ס ציל אין לעבן, אין דעם גוי'ס מהות, אטאמאטיש הויבט זיך אן צו וועבן, טיף טיף אין זיינע מחשבות, א נאנטשאפט צום גוי, א נאנטשאפט צום גוי'ס מהלך החיים, און בלויז דאס איז שוין גענוג און הויבט שוין אן צו שלאגן ווארצלען אינטערצוברענגען דעם 'חומת ההבדלה' וואס דער איד האט אינסטיקט אריין געבויט ביי זיך אין הארצן. די ריכטיגע הכרה אינעם 'וגוי קדוש' פארלירט ביי אים חשיבות, עס ווערט צוביסלעך ביי אים איינגעבאקן אויך א חשיבות צו דעם 'גוי סתם', און פארוואס דען נישט? ער לעבט דאך מיט דעם יום ויום, אודאי האט דאס א השפעה אויף אים ...

און 
אז מיר האבן שוין אביסל קענען געלערנט די טומאה פונעם גוי, און וואס פארא השפעה עס האט אויפן איד, וועלן מיר צוקומען צום ענין.
והנה והיות ס'איז דאך אלף נכנס לביהמד"ר און בלויז ואחד יוצא להוראה, נו, וואס טוט מיט די איבריגע ניין-הונדערט-ניין-און-ניינציג? וואו אהין זענען זיי 'יוצא'?, זיי זענען דאך די פון וואס מיר האבן פריער אזוי ברייט ארום גערעדט, זיי זענען דאך יוצא לשוק, זיי גייען 'ארויס' אין גאס, זיי קומען טאקע אנגעזאפט פון בית המדרש און זענען בלויז 'יוצא' לשוק, זיי גייען בלויז 'ארויס' אין גאס כנ"ל, אבער מיט דעם אלעם זענען זיי געווען געצווינגען ליידער צו נעמען אין די האנט אריין די צייטונגען, און עס איז דעריבער אויפגעקומען א שטארקער פחד אז אויב דאס וועט אזוי אנהאלטן איז דא א חשש גדול ונורא ח"ו אז דער גרויסער מחיצת הברזל וואס ליגט באהאלטן אין יעדן אידיש הארץ, דער גרויסער מחיצות הברזל צווישן דעם פשוטן גוי און דעם גוי קדוש, זאל ח"ו אראפפאלן, און וואס דאס מיינט ח"ו דארף מען דאך נישט מסביר זיין. דעריבער, נמנו וגמרו, אז באמת טוב לו שלא להשתמש עם צייטונגען וכו' בכלל, אבער ועכשיו אז מען מוז צוקומען צו דעם, איז דעריבער בלית ברירה כדי צו באפעסטיגן דעם גרויסן מויער, וועט מען גרינדען א אידישע צייטונג אויסגאבע, וואס וועט דעקן די וויכטיגע נייעס פארן ציבור.

דאס עצם דעקן די נייעס כמו שהוא, וואלט אפשר נישט געדעקט און צוגעשטעלט דאס פארלאנג פונעם ציבור, ווייל די טבע פון א מענטש איז אז ווען ער הערט - צו ער ליינט - עפעס א נייעס איבערהויפט אזעלכע נייעס וואס זענען אים נוגע, ווערט ער מער און מער נייגעריק און הויבט אן צו גריבלען און זיכען כדי צו דערגיין פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען וכו', און אז ער ווייסט שוין פונקליך וואקסט אין אים דער נייגער צו הערן א ריכטיגן אפשאצונג איבער דעם ענין פון לערנער'ס, דענקער'ס און קענער'ס, און אט דאס איז די סיבה פארוואס עס איז פארוואנדלט געווארן אין די צייטונגען לענגערע באשרייבונגען און אפהאנדלונגען. אבער דאס איז איינמאל זיכער, אז: די צייטונגען זענען געגרינדעט געווארן מיטן ציל צו פארשטארקן ווי ווייט מעגליך דער חומת המבדיל בין ישראל לעמים.

דער גורל פון צייטונגען, וועלכער איז אריינגעפאלן בידי זשורנאליסטן, און זיי - די זשורנאליסטן זעלבסט - זענען די גאנצע מוציא מבינ'ס וואס יא און וואס נישט, דאס טוט נאך נישט אפשטעמפלען אז וואס זיי שרייבן, אטא דאס ממש האבן מכוון מכוון די בעלי הסכמה בעת'ן נמנו וגמרו באשלוס, אבער וואס יא? וואס מיר דארפן קלאר וויסן אז די צייטונגען זענען געשטעלט געווארן מיט א ציל פאר נייעס, מען קען אפשר נאר טענה'ן אז ס'איז געשען א שטיקל התדרדרות אין דעם ענין.


אצינד צום ענין פון ספארטס און דאס גויאישקייט ווואס ליגט באגראבן דערין = דערנאך וועלן מיר צוקומען צום פארגלייך פון נייעס און ספארטס.


חיים חייקל האט שוין נישט קיין כח ווייטער צו רעדן. ער איז אויגעשעפט פון די כוחות נאך א טאג שווערע ארבעט אונטער די זון. אויך וויל ער נישט מטריח זיין די קרעטשמערס. און קומענדיגן געלעגנהייט וועט ער ממשיך זיין, אויב די קרעטשמערס פון דעם טישל וועלן ארויסווייזן אן אינטערעסע...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 03:41 לינק ישיר 

ברוכים הבאים ר' חיים חייקל!

א שיינעם דאנק פאר אייערע שיינע רייד, מיר ווארטן אויף די פארזעצונג מיט גרויס דורשט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/5/2006 07:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

עס פרייט דאס הארץ צו זעהן ווי אונזער באליבטער חיים חייק'ל האט צוריק געוואנדערט צו אונזער קרעטשמע און געזאגט אביסל ווארעמע דברי חיזוק,

דא האט איר א גלעזל ביר דערכאפט אייך דאס הארץ און באנעצט די ליפן, דערנאך וועלן קענען ווייטער אייערע זיינע רייד.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > גויאישע ספארטץ ביי חסידישע יודן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.