בית פורומים היימישע קרעטשמע

קרעמער ווישט בענקלעך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/4/2006 17:34 לינק ישיר 
קרעמער ווישט בענקלעך

זונטאג צופרי, איך קום אריין דא אין קרעטשמע, איך ווער נבהל ונשתומם, קרעמער, דער פון ... עטס ווייסטס וועם איך מיין, שטייט מיט אפאר שמאטעס, שיסל זייפיגע וואסער, א סקרול דרייווער, און א נידל צווישן די ציינער, און רייבטטטטט, מיט אלע כוחות, רויט ווי פאפריקע.., איך האב מיך גראד דערמאנט פונעם קדושת לוי איבער'ן נוטריקן פון תשר"ת. דער "קרעמער" קוקט יעצט אויס פונקט ווי דער בעל תוקע אליינס.

דאס בילד איז ביילאפיג אזוי (גרויזאמער, וואס מיינט "ביילאפיג"??). די בענקלעך ליגן אויפן טיש איבערגעדרייטערהייט, איך דארף נאר איבערטשעקן צו קיינער זיצט נישט דארט צוקוועטשטערהייט.. פון "קרעמער" קען דאך אלעס אויסשטיין.. ער ווישט זיך די שווייס, מורמעלט אינטער א לשם יחוד מיט אפאר שמות הקדושים, און מלאכים פון הימלן שעפשעפן מיט, אינטערזינגענדיג זיך "מי כעמך ישראל".

פרעגט זיך די פראגע, צו וואס טוט ער דאס? האט ער נישט בעסער וואס צו טוהן יעצט פאר פסח? איז ער שוין טאקע פארטיג מיטן יסוד ושורש העבודה / ספר החינוך / שער המלך / און די פינעף נייע הגדות פון היי יאר? איך קוק און קוק, און איך מוז ענק זאגן, איך ווייס נישט וויאזוי, אבער פארוואס האט מען דא אריינגעבויעט אן "עזרת נשים" צימער'ל, הא? צו וואס? שטייט דארט איינער - צוליב די קליינע לעכער האב איך נישט געקענט זעהן צו זי גייט מיט א בענד אדער כינעזער שייטל - אבער איין זאך וואס זי פארמאגט א קוויטשיגן שטימע, און פון דעם האט "קרעמער" אויך מורא..

 זי שטייט דארט, אין אן עקסטערן אפטיילונג, ארומגענומען מיט הויכע גראטעס, און פירט קרמער'ן ביי די נאז, פשוט און פראסט.

מעג מען דאס צולאזן?








תוקן על ידי - גראף - 09/04/2006 22:03:36



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קרעמער ווישט בענקלעך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext