וואס טוט זיך אין בעלארוס?
איך האב שוין די פעדער אין האנט, וויל איך וויסן די באדייט פון דעם שא שטילקייט וואס האט באהערשט די אינטערנאציאנלע מידיא איבערן סיטואציע אין בעלארוס.
איך קען עס ממש נישט פארשטיין.
דא קנאפע צוויי וואכן צוריק, איז די וועלט אויפגעווען מיט די אויפשטענדלער, וועלכע האבן אין די ביטערע רוסישע פרעסטן זיך מוסר נפש געווען אריינצוברענגען דעמאקראטיע אין בעלארוס, די איינציג פארליבענע זכרון פונעם רוסישען בער, טראץ וואס יעדע ריר זייערע איז נאכגעקוקט געווארן דורך די ארטיגע [או]קיי דזי בי.
די גאנצע וועלט האט נאכגעפאלגט מיט נייגעריגע אויגן וויאזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן, און פלוצלינג....
ששששששששששששששש..................
א שטילקייט.......
קיינער רעדט שוין נישט פון זיי.
דאס אליין באדארף אנצינדען א גרויסע חשד פאר אונז אלע, אז מען דערשטיקט זייער קול מיטן גרויזאמ'סטן. די מידיא איז מער נישט ערלויבט צו דעקן זייערע שווארצע און פינסטערע סוף וואס זיי האבן ליידער זוכה געווען.
איך וויל אנפרעגן אונזער חבר יאנאש פון מינסק:
יאנאש, הערזשע, קיינער זעט נישט וואס די טוסט אויף הייד פארק, אין דיין בוידעם קעמערל איז נישט איינגעפלאנצט קיין אויגעלעך, ווייל עס איז אונטערן פילן אויפזוכט פון די הנהלת הקרעטשמע.
געב אונז ביטע איבער די מצב אין בעלארוס...
אוקיי?
 |
|
|