און דערהיים פלעגט מען זאגן אז נאך דריי טאג פסח פלעג מען פרעגן ווער מיט וועם האבן זיך געשלאגן אין ביהמ"ד מהאט נישט געפרעגט צו מהאט זיך געשלאגן....
האט איינער א עצה???
נשלח ב-11/4/2006 22:32
די וואס האבן די איד/צייטונג/בלאט /פלאם/מעלות/אידישעליכט /עונגשבת/בולעטין/שאפערסרוט /באלייכטונגען/שאפינגפעידזשעס/תורהטיימס די האבן נישט קיין שום פראבלעם, אדרבה, סתם א שבת זענען זיי מורא'דיג אנגעשטרענגט מיט די צייט, און זיי זענען די דריי טעג יו"ט משלים אלע פארזעצונגען...
און די וואס האבן מער שכל, כאפן א דרימל און מען רוהט זיך אויס אנשטאט די לעצטע צוויי שלאפלאזע וואכן.
נשלח ב-12/4/2006 00:09
און די וואס האבן נאך מער שכל גייען אביסל לערנען משלים זיין וואס היידפארק גאנוועט אוועק פון זיי אין די וואכן טעג.
נשלח ב-12/4/2006 00:39
גראדע מיט די צייט געב איך מיר א עצה, איך קויף די פלאם/בלאט/ איד/צייטונג. אבער א שויער דאס באדערט מיר זייער שטארק איך וויל טאקע בעטן דעם דיין אדער ווער אימער לייק קרעמער זאל מיר זאגן עפעס א עצה.
נשלח ב-12/4/2006 07:40
א קאלטע שויער שבת אינדערפרי איז דער דאיען מתיר, ער איז זיך סומך אויף א תשובה אין תפארת נפתלי פון הגה"צ משארמאש זצ"ל
נשלח ב-12/4/2006 16:46
HEIMISHJEW איך ווייס אז אפילו איך וועל דיר זאגן וואס צי טיען, וועסטי מיר במילא נישט פאלגן, האב איך מחליט געווען דיר נישט צי זאגן, אבער, אז די וועסט מיר זאגן נאך יו"ט וואס די האסט געטיען, וועל איך דיר קענען זאגן צי די האסט גיט געטיען אדער נישט.