| נשלח ב-21/4/2006 00:59 |
|
| |
נו, ווען וועט מען שוין הערן דא א אידיש ווארט?
איך שטיי דא אליין ווי א נאר אויפן מארק.
ס'איז מיר איבערגעבליבן א היפש פעקל מיט פסח'דיקע עסן ווארג. מילא פון די 8 האנט מצות רש"י זארג איך נישט, עס וועט מיר צונוץ קומען אלץ ברעטער אויף סוכות.
אבער א חוץ די מצות, האב איך אויך א קילא מרור, 32 געקאכטע אייער, 12 כרעמזלעך, א פעסל וויין, און צוויי ארעמעלייט, וואס האבן זיך א ריינגעכאפט צו מיר ביים סדר-נאכט ווען כ'האב געזאגט: כל דכפין...
וואס וואלט איר געטון אויף מיין ארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2006 07:09 |
|
| |
אז דו האסט טאקע אזויפיל איבערגעבליבן , נו,,,,,, נעם דיך אויספאקן .......
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2006 09:09 |
|
| |
מאטעס;
א גוטע וואך
מאך זיך נישט אזוי רחמנות'דיק
די מצות און וויין זענען כשר אויך א גאנץ יאר די 12 כרעמזלעך נוץ פאר י"ב חלות אויף שבת און די קילא מרור געב פאר די 2 ארימעלייט (זענען זיי די זעלבע 2 פון די סרט "אושפיזין"?)
והכל על מקומו יבא בשלום...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 23:02 |
|
| |
געקאכטע אייער טאקע א פראבלעם, מילא רויע אייער וואלט דער קריגס מיניסטער געקענט נוצען אין
די פייטינג עריע, אבער געקאכטע טויג שוין נישט
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|