בית פורומים היימישע קרעטשמע

באר מים חיים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/4/2006 21:49 לינק ישיר 
באר מים חיים

וואס ??????
סיז היינט די יארצייט.?
דאכצאך חנוכה איז די יארצייט?!

ניין איך רעדט נישט פון די ספר באר מים חיים עהה

נאר וואס דען פון די סאדע באר מים אדער פון מים חיים?

דאס אויך נישט עטץ כאפט נישט אליין'ס, כאב מורא ארויסצוגעבן אלעס וואס כאב געהערט נעכטן ביי די מיטינג וואס מ'יהאט אריבערגערופן דעם דאיען דחוף דחוף, אפשר שפעטער אביסעלע.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2006 21:54 לינק ישיר 

פון הונטער די קוליסן, הערט זיך וואסער פליסן
דער דיין רעדט ווי מצה וואסער, שוויצט ווי א נאסער
קיינער פארשטייט קיין ווארט, וואס ער רעדט דארט
ילמדנו רבינו חשובער דיין, געב אונז צו פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/4/2006 21:57 לינק ישיר 

סאכדעם שטיל! אוקיי? עס איז צו סענסעטיוו! פרטים יבואו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 21:57 לינק ישיר 

וואס מיינט דאס יא?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/4/2006 22:10 לינק ישיר 

קריגסמיניסטער;

פון מאנגאליע פירסטו אן מיט די העכסט געהיימע פלענער פארן באר מים חיים????????




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/4/2006 22:48 לינק ישיר 

ווי דער עולם ווייסט בין איך איצט מיט דעם דאיען שליטא אין די האטעל וואס איך ווייס נישט וויאזוי מ'שרייבט דאס אפילו אויף אידיש, כקען שוין גראדע די מאנגאליעשע שפראך, אבער נאך נישט אזוי גוט דאס צו קענען טרענסלעטן, אבער אזוי ווי דערמאנט, כאב דאס גראדע פארגעסן צו באטאנען פריערט איז דער דאין הארט פאר'ן ארויספארן געווען ביי די שטורומישע זיצינג אין קרעטשמע וואו עס זענען געזעסן נאט טו  יאנאש  בעני  יאך בין אנגעקומען שפעט,  שיער נישט פארגעסן פענסטער יר"ה, אגב אויסער יאנאש זעהט מען אין קרעטשמע קיינעם נישט פון די אלע, אקיצור, האב איך קודם נישט געהאט רשות פון אלעמען אז יאך מעג שוין מיט טיילן די נייעס פאר די פובליק, למעשה, איז מירשוין געלונגען צו שאפן טעלעפאנישע פארבינדונגען מיטדי חברה, גראדע האט יענטאש אויפגעהויבן, ער האט אלעמען פערזענליך געפרעגט, -דער דאיען האט מיטגענומען זיין סעטעלייט טלפון, אויב אידן האבן שאלעס- אקיצור האבן זיי געגעבן רעכט.

די מעשה איז איבער א מקוה, וואו דער עולם ווייסט איז דער ענין פון מקוואות זייער נזנח אין די היינטיגע צייטן, איי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, נישט חס ושלום אז דערעולם איז נישט אזוי נזהר, אויף דעם קען מען דאך זאגן אכשר דרי, אבער די פראבלעם איז די מקוה אידן און די בעלי בתים אויף די מקוואות די בכל אתר ואתר, מ'שטיינס געזאגט מ'האט אנגעהויבן לייגן אזעלכע צוימען ביי די מקוואת, מ'לייגט קליינע האנטוכער, סיז נישט דא גענוג הענגערס, אז מ'זאל זיך קענען אויפהענגן אלעס הכל בכל מכל כל, אפילו דעם קאפ, (וואו שוין גערעדט ביי אן אנדערן טישל), אקיצור פראבלעמען אהן א שיעור, מ'דארף צו באצאלן טאטע געלט, און קוים קומט וואסער פון די שאוער, און פון די גרעסטע פראבלעמן איז נאך אין די גרויסע מקוואות, וואו סיז דא א סיין ביי איין זייט אריין און ביי די אנדערע זייט ארויס, אז דער עולם ביים ארויסגיין כאפן זיי נישט אז מ'דארף נוצן די אנדערע זייט טרעפ, מ'שטיינס געזאגט די סיין איז אונטערן רוקן, און אזוי ווייטער, ווער רעדט נאך שבת ביי די צוימען ווען סיקומט אן ערליכער איד אין מקוה מאכט ער זיכער אז דער וואס אי זאונטער איהם זאל כאפן א גוטן זעץ פון די צוים וואו ער לויפט אזוי אריין, מיינענדיג אז מ'באמערקט איהם נישט, למעשה האט מען זיך געזעצט א מיטינג די גאנצע באהערדע וואס מ'קען טוהן, פארשטייט זיך אז מ'רעדט אזעלכע האקעלע ענינים האט מען אריבער גערופן דעם דאעין, הערן א דעת תורה.

נאך לאנג זיך איבערקלערן, רופט זיך דער דאיען אהן, יא מ'דארף מיר מאכן אן אייגענע מקוה דא אין קרעטשמע, און דער דאיען האט באויפטראגט יאנאש'ן, היות ער וועט נישט זיין דא די צייט, על כן עט ער מוזן זעהן אנצוהויבן מיט די פראיעקט, קודם וועט מען מאכן א מעכטיגע פאונד רעזינג קאמפיין, און דאן וועט מען זיך נעמן צו די ארבייט, דער דאיען זאגט אז ער ווייסט גענוי וואו די קוואל וואס דער אלטער רעבע האט נאך גענוצט, גלייך ביים אהערקומען, ווען כ"ק אדמור זיע, האט זיך גטובל'ט פשוט און פראסט און א אפענע קוואל, און דארט וועט מען בויען די נייע מקוה מפוארה, וואס די גאנצע געגענט וועט הנאה האבן, און ווי אויך דע אומגעגענט, -וואטעווער איט מינס-

די מקוה באשטייט צו זיין גרויס 20,000 סקווערע פוס, און א נייע זאך האט מען געמאכט אז סיוועט זיין אויף יעדע באנק א דיוויידער פאר יעדן מענטש באזונדער, איטליכע דיוויידער וועט האבן לכה"פ 5 דאבל הענגערס, און נאך צוויי, זאל זיין, און די שויערס וועלן האבן א ספעציעלן פאמב וואס וועט שיסן די וואסער אויף א וואונדערבארע שנעלע ספיד, אז מ'עט דאס דארפן איינהאלטן מיט א ספעצילען קנעפל, אויטאמאטיש, און וואו אויך וועט זיין די טרעפ אריין צו די מקוה וועט עס שטיין מיט אזעלכע גרויסע אותיות אז אפילו די וואס האבן גאר שטארקע ברילן און וואו אויך נישט זענדיגע, וועלן דאס קענן ליינען, און אויף ארוי סוועט דאס אראפ הענגן אויף די אנדערע זייט מיט גרויסע אויתיות העכער וואו דו טרעפ ענדיגן זיך ארויסצוגיין, און ווי אויך האט נאט טו מעורר געווען, אז מחמת כבוד המקוה, וועט מען שרייבן אויף די אנדערע זייט נישט ארויס , און ביי די טרעפ אריין וועט זיין א שילד נישט אריין, און אזוי וועט מען קענען געהעריג איינהאלטן די תקנה חמורה פון אריין און ארויס, וואו אויך וועט זיין צוויי גרויסע טירן וואס וועלן זיך באלד עפענען ווען א מענטש שטייט דערנעבן, און שבת וועט דאס ארבעט מיט אזא לופט אזוי ווי די שבת שלאק, בקיצור, ס'ערווארטעט אונז גרויסע נייעס.

פאר איך פארגעס, גרויזאמער הערנדיג פון דעם דאיען די סיבה פאר וואס ער האט געשפעטיגט צו קומען צום פלייט, וואס ער האט שיער נישט פארפאסט, האט דער גרויסע האמער געזאגט א פלאן אז מ'זאל אין מאנגאליע אויך מאכן אזא מקוה, דארט קאסט דאך אלעס ביליגער, און ווי אויך דארף מען נישט דוקא האבן א מקוה פון כק אדמור זיע, סאו וועט מען זיך דא באלד נעמען צו די ארבעט, א שאד נאר וואס מיר האבן דא נישט יאנאש'ן וואס ער זאל שטיין צו די רעכטע האנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2006 22:57 לינק ישיר 

געוואלדיג סאכדעס, פון אונטער דיינע ווערטער ליגן אנגעלייגט אזעלכע שטארקע שמערצן פון ווייטאגליכע דורכפעלער, טייל זיי מוחל מיט אונז וואס עס איז פארגעקומען מיט דיר דעם לעצטן מעת-לעת אז דיר ברענט אזוי א פריוואטע מקוה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/4/2006 23:25 לינק ישיר 

אההההההההה ברוך השם , מ'שטיינס געזאגט, אזוי ברויך צו זיין, ח'מיין ביז היינט האב איך אין קיין מקוה נישט זיך געקענט פלאצירן, שוין איך אטעם שוין אפ, לעושה נפלאות גדולות לבדו, ווער קען די מעשה פון דעם בעש"ט מיט זיין תלמיד און זיין טאכטער אדל?

02.8 תוקן על ידי - טאטעניו - 23/04/2006 23:25:49



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2006 14:23 לינק ישיר 

סאכדעס.

איך האב מיר געראלט פאר געלעכטער פונעם באשרייב,
אבער א שאלה צוויי האב איך.

ווי גרויס גייען זיין די דיווידער'ס ביי יעדע זיץ? (עס איז דא מענטשען וואס דארפן מער פלאץ ווי א צווייטן)
ווי גייט מען אויפהענגען דיך / זאקן?
----

און דא א עצה צוויי אין די זייט.
אפשר זאל מען מאכן די מקוה אין מאנגאליע און עס אריבער ברענגן אין דערפל?
פאר די מענטשען וואס גייען אריין אין וואסער מיט האלב צוגעמאכטע אויגן און קוקן נאר אראפ, אפשר פאר זיי וואלט גוט געווען ווען מען לייגט די סיין'ס אויף די סטעפס, אזוי ווי עס שטייט ביי די אונטערדישע גאסן סטעי אין לעין, אדער די ווייסע סטאפ סיין'ס אויף די שווארצע פעך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-24/4/2006 17:04 לינק ישיר 

דזשובוי;

געוואלדאוונע עצה, איך וויל צולייגן אז פאר די יעניגע וואס קוקן נאר אויפן דאך (און קראכן אריין אין אלע דורכגייער) זאל מען לייגן די "אריין" און "ארויס" צעטלעך אויפן דאך (נישט עס זאל אראפהענגן פונעם דאך, נאר עס זאל זיין ארויפגעקלעבט פלאך אויפן דאך).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > באר מים חיים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext