העכסט געהיימע דעפעשע פון "אבישי"
הקדמה: איך האף אז עס איז נישטא קיין חרם דרבינו גרשום ביים ליינען א תיבה אישית וואס איינער האט מיר געשריבן און איך בין עס מפרסם לתועלת הרבים. אט איז פאר אייך א בריוועלע וואס דער הויכגעשעצטער ניק "אבישי28" האט מיר געשריבן אין די חול המועד טעג, איך ברענג עס דא אראפ ככתבו וכלשונו, למען השלום.
אבישי, נעם איבער דאס ווארט:
עס איז דא איצט ביי מיר יעצט דא צייט, נעם איך דעם מוה דיך צו באדאנקן פאר דיין שווערע ארבייט דורכאויס די יאר צו האלטן געשפאנט דעם עולם דורכן יאר מיט דיינע געלונגענע געשרייבאכצער, כאטשיג איך ליין נישט אזוי ווייט ווייל דו פארקויפסט נישט גארנישט זאכליך למעשה, נאר אלעס איז פיל מיט זשאוקס און שטותים, אבער דין סטייל פון אבזערווירן און דאקומענטירן דאס לעבן איז ביי מיר א שטארקע חידוש וויאזוי האסטו געדולד דאס צו טאן? עווידענטלי אינטערסירט דאס אסאך ליינער וואס פרייען זיך דאס צו ליינען אויס פוסטע צייט פארברעגעניש, און איך בין א מיעוט וואס האט נישט קיין געדולד צו ליינען דיינע ווערטער.
דו מוזט זיין א מוראדיגער רואיגער צופרידענער און פרייליכער מענטש, מיט אסאך איבעריגע צייט...
אבער מיט דעם אלעם האלט איך דיין ניק נאך אלס מער חשוב ווי אלע דיינע אנדערע ניקס. ווייל די אחריות צוצישטעלן פארן עולם כשרע ליין מאטריאל איז קענבאר, און אויך ווייל די ניק כאטשיג דו האסט געריסן שטיקער פערזענליך קעגן אבישי, האסטו אבער א קלינער רעקארד ווי געווענליך רעדסטו נישט העסליך ווי די אנדערע ניקס.
איז דעריבער שעץ איך דעם ניק דאס מערסטע.
און איך וואלט דיך געוואלט איבערבעטן אויף אלעס וואס איך האב געשריבן ווילד קעגן דעם ניק אין פובליק.
איך פארשטיי אז דו האסט נישט גארנישט קעגן וויקיפעדיע, דו ביסט נישט קיין פרומער וואס זאל אנגיין אז יעדער האט א מיינונג, און אויך נישט קיין בעל גאווה וואס זאל באדערן אז איינער האט עפעס דיר צו פארציילן. איך פארשטיי אז דו האלסט אז דאס איז קעגן דיינע אינטערעסן. און איך האב מיטלייד אבער אין מיין אפיניען קען וויקיפעדיע נאר ברענגן גוטס אוף די וועלט.
דער אייבערשטער זאל טאקע ווי שנעלער אויסגראדן דיינע פראבלעמן אז עס זאל דיר נישט שטערן די וואוקס פון וויקיפעדיע.
איך האב ליעב דיין שרייבן און איך גלייב אין דיין גלויבן און איך בין מסכים מיט אלע דיינע שיטות. (אפילו בנוגע אין וויקיפידיע אז ווילאנג עס איז נאר דא 1 2 באנוצער איז עס נאך דערווייל וועקי...)
כלטוב
עד כאן הבריוו.
זעלבסטפארשטענדליך אז מיר האבן אים מוחל געווען, און - אדרבה - געבעטן מחילה אויף וואס מיר האבן אים ח"ו באליידיגט אדער אנגעגריפן, מיט דעם ניק אדער מיט איינע פון זיינע אנדערע אומצאליגע ניקס, והכל על מקומו יבא בשלום.
 |
|
|