אזוי ווי היינט איז אביסל געווען לעבעדיג אויפן פורום (בעיקר ווען די פאר מאנגאליענס האבן זיך צעלאזט, ווער האט די טעלעפאן נומער פון המספיק/רעים וכדומה?), בין איך אין די גיסטע געווארן ארויפצולייגן אזא סארט פאול (זייל בלשון אידיש), וואו דער עולם זאל איבערגעבן זייער דעת קדשם בנוגע וואס עס איז די דורכשניטליכע עלטער פון א היידפארק שרייבער!!!
טאטעניו וואלט איך געזאגט גראדע אז ער איז שוין העכער זיבעציג ווייל ער ווערט זייער שנעל צומישט
נשלח ב-24/4/2006 02:59
בןהרחמן;
איך פארשטיי פון דיין תגובה אז די רעגולער היידפארק שרייבער איז 3 יאר, האלטסטו טאקע אז דריי יעריגע קענען זיך שוין אויס מיט א קאמפיוטער? אדער איז די 3 אן אנדייט אויף די איי-קיו פונעם היידפארק שרייבער.
צו אלעמען;
דער אשכול איז געגרינדעט געווארן אין א גוטמוטיגע אטמאספערע, דערפאר ווערט ער עפעס נישט ערנסט אויפגענומען, לאמיר דא נאכאמאל אראפשטעלן די פראגע, עס איז א נארמאלע חקירה וואס מאנכע האבן, און איך וויל נעמען א פאול פונעם עולם וואס איר האלט: וואס איז די דורכשניטליכע עלטער פונעם היידפארק שרייבער?
איך זעלבסט האב געוויסע השערות, וואס איך וועל אי"ה איבערלאזן אויף צום סוף, צוערשט וויל איך הערן אייער מיינונג אין די נושא.
נשלח ב-24/4/2006 02:59
יא! איך וועל זיין דרייסט און מורא-לאז (וועא"מס - מיין איך צו
פארקירצערן וואטעווער איט מיענס).....
משטיינס געזאגט איך וועל אפן און קלאר זאגן, יא! איך בין אן
עלטערער איד, א יענטאאש נאך פון די אלטע היים, און אזוי איז
אויך די יענטאאש'טע לאורך ימים ושנים. מיר פירן אן עלטערע
ווירטשאפט -א שטייגער וואו מען טרינקט נאך בארשט אום פסח-.
ביי מיר אויפן קי-בארד שווימען ארום גרויע-געלע-ווייסע הערעלעך
העכער די קנעפלען. איך טייפ נאר מיט די ברילן, און א טאג וואס איר
הערט נישט פון מיר איז טאקע ווען איך פארגעס איר אין שול. א גוטער
ארטיקל קומט נאר נאך א הייסע טעה מיט לימענע. און א גאר גוטער
ארטיקל איז ווען די פעניץ מיט די ציבעלע זענען גוט געלונגען. מיר עסן
טשיקן זופ מיט פאטעיטא איטליכער טאג פאר נאכטמאל, און אן עפל
מיט צובייס פאר מיטאג. און אזוי פירן מיר א ווערטשאפט ווי אלע עלטערע
אידן שעלטנדיג היטלער'ן יעדן אינדערפרי ביים צובינדן די שיך, און לאכנדיג
פון אים ווען מען זעט די בילדער פון די אייניקלעך אויפן רעפרידזשידערעטאר
(וועא"מס).....
קענסט מיך אפפרעגן?!....... משטיינס געזאגט, וואטעווער איט מיענס.....
נשלח ב-24/4/2006 03:57
איך בין און די מיטעלע .....ציגער יארן
נשלח ב-24/4/2006 04:53
וואס שייך צו זאגן . לדעתי לדעתי זענען "היימישע שטותים" שרייבער אין די יארגאנג פון 24 ביז36 . געבויט אויף מיינע זעלבסשטענדיגע השערות, געפיהלן, ווי אויך אויףף די כאראקטעריסטן פון די שרייבער.
אלו ואלו דברי ......... חיים.
מלוה דמלכה רעדט פון אונז אין דארף, דאקעגן דער זיידע רעדט פון געוויסע פארום'ס וואס איך וויל
נישט שרייבן זייער נעמען.
דאס איז אויך מיין השערה
נשלח ב-2/5/2006 23:33
קרעמער
ווי לאנג דארפן מיר ווארטן אויף דיינע השערות?
נשלח ב-3/5/2006 01:34
איך שאץ אז דער דורכשניטליכער היידפארק שרייבער איז אין די צוואנציגער יארן, נישט יונגער ווי 21 (ווייל פארדעם האט מען געווענליך נישט קיין צוטריט) און נישט עלטער ווי 26 (וואס דאן האט מען שוין מער שכל...).