| נשלח ב-28/4/2006 05:40 |
|
| |
איר זענט אלע העפליך געלאדענט
אזוי ווי איך א גרויסער טייל פון אונזערע אנשי שלומינו, תלמידי וחסידי הקרעטשמע שיחיו, רישן זיך אין גרויסן אריינצוקומען אין די מאסן צו עיר הבירה וויליאמסבורג יצ"ו אויף דעם קומענדיגן שבת ראש חודש אייר (טהרה) הבעל"ט, ווילן מיר מעלדן פאר אלע אונזערע חשוב'ע מיטגלידער אז די פארוואלטונג פון די קרעטשמע האט ספעציעל געלאזט ארויסדינגן זייטיגע שטובלעך צו קענען אקאמאדירן די פולע געסט וועלכע קומען מכל קצוי תבל, ווי אויך איז ספעציעל אפגעקאכט געווארן אין אונזער צענטראלע קאך ריזיגע טעפ מיט בונדלעך און מען האט ארויפגעברענגט פון די קעלערן צענדליגער פעסער ביר פאר די גרויסארטיגע באטע (שירות ותשבחות) וואס וועט פארקומען גלייך נאך די סעודה בליל שבת קודש אין די הויפט זאל פון די קרעטשמע, מיט די באטייליגונג פון צענדליגער געסט פון דאהי און פון אויסלאנד.
פאר אלע געסט וועט אויסגעטיילט ווערן א הערליכע שבת פעקל וואס וועט ענטהאלטן א נייע געדרוקטע סידור מיט די סימבאל פון די היימישע קרעטשמע, און ספעציעל פארפאסטע תפילות און חרוזים דורך אונזערע טאלאנטפולע דיכטער מיט ווארימע אריינפירן פארגעשריבן דורך אונזערע ברייט באקאנטע און וועלט בארימטע שריפטשטעלער וועלכע האלטן אונז אונטער דורכאויס דעם קיילעכיגן יאר מיט זייערע געשמאקע ארטיקלן, ווי אויך זענען די חזנים און בעלי מנגנים שוין א לענגערע צייט פארנומען צו פארפאסען הערליכע נייע ניגונים לכבוד די דערהויבענע שבת קודש, וואס איז א זעלטנהייט אין די וועלט פון קרעטשמע'ס און אנטשפרעכט צו זיין א שבת צום געדענקן.
יעצט בשעת'ן שרייבן די שורות איז אנגעקומען די באשטעלטע ארדער פון גוטע נאש לכבוד שבת קודש, די שאכטלעך ענטהאלטן אלע סארטן טשאקאלאדעס, רינדיגע, מיט רעספבערי אדער טשערי פילינג, פלאכע רינדיגע מיט קאוקאונאט, מארשמעלאוס און ברוינפן טשאקלאד, ווי אויך איז אנגעקומען א ריזיגע שיפמענט פון אלערליי פרוכט קענדי'ס, באנאנעס, אתרוגים און אפילו גרינע און רויטע מעלאנע דזשעלי'ס.
מיר האפן אז דער עולם וועט טאקע פערזענליך אריבערקומען און הנאה האבן פון די ווארימע אטמאספערע וואס די הנהלת הקרעטשמע שטעלט צו, קומט און ברענגט אייערע פריינט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 07:01 |
|
| |
און פאר די אלע וואס רישען זיך צו קומען. ווער עס זוכט ווי איינצושטיין, איך בין גרייט צו טוישען (סוואפען בלע"ז) מיט איינעם פון מאנרא, אדער אן אנדערע באקוועמע אפסטעיט דירה.
איר באקומט א דירה אין הארץ פון וויליאמסבורג, א ליידיגער פריזשדער, כמעט אויפגערוימט, איין באד-רום, 3 צימערען (אינקלאדעד די קאך און דיינונג רום) זמירות לש"ק וכדו' איר קענט ניצען מיינע פידזשאמעס (זי איז נאך נישט מסכים אויף אירע) דער עיר קאנדישען איז נישט ערלויבט צו ניצען. אין א נויט קענען מיר אויך סוואפען טשאלענט מיט זויערע איגערקעס. צוויי טאשען טיכלעך און דעם רעמויט קאנטראל, ושאר ירקות צו האבען א עונג שבת.
איך ברויך א פינף רומיגע דירה, א סווימינג פול, פייער פלעי'ס, לייען מאטריאל, די עס על עקסעס, דרייוו וועי. דער שליסעל פון סעיף.
רופט ביז מארגען 12 מיר זאלען קענען גרייטען
א דאנק פון פאראויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 07:05 |
|
| |
דעטס אלל וואס דו ביסט גרייט צו סוואפן? וואס איז מיט שינה בשבת תענוג.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 07:28 |
|
| |
נאטורליך, מילא די ביר מיט בונדלעך. אבער די נאש מיט די זשעלי ווי ביסטו גרייט צו פארפאסן ? לאו כל יומא מתרחיש. בלייב דא ...! איך זאג דיר !
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 16:05 |
|
| |
אין אפסטעיט איז נישט פארהאן קיין דזשעלי סטאר'ס?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2006 23:20 |
|
| |
א שבת צו געדענקן, על מיר שוין באלד אפשר מער מאריך זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 05:02 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס דא קומט פאר.
מען האט זיך געטראפן אין גרויס ן- פארברענגן / קרעמער, סושי / יאנאש, נאט טו / קרעמער, פענסטער / יאנאש, קרעמער / יאנאש, פארברענגן / סושי, כי טוב / שיינהייט, - און איין גאט ווייסט ווער נאך מיט וועמען, און גארנישט שא שטיל.
גיי ווייס אפשר האט זיך דער עולם אויסגעטוישט טעלעפאן ציפערן און מען האט עבענדענט דאס גאנצע קרעטשמע, אויב איז דאס די מאנסע, וועט מען מוזן נעמען שטרענגע שריט דערקעגן.
איך זעה נישט פארוואס דאס טרעפן זאל דערווייטערן דעם עולם, איך מיין אז עס דארף דערנענטערן, פשוט מען קען זיך שוין.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 16:11 |
|
| |
ב"ה א הערליכער שבת געווען, ס'האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט,
שכויעך פאר די געוואלדיגע המצאה,
אויב רעדט מען שוין פון "סוואפען", כ'וואלט זייער געהאט חשק צו סוואפען
מיין רשכבה"ג מיט דיינעם, פאר א שבת אדער צוויי,
אחוץ אפאר קליינטשיקע מנהגים אין דיפערענץ, גלייכען זיי ביידע די זעלבע זאך,
. . . . שיער פארגעסן מיינער איז מקפיד ע"פ סוד, אז דער קוגעל זאל דווקא
זיין 5 אינעהאלב אינטשעס הויך, אלעס אנדערש איז נישט אזוי וויככטיג ווייל
אונזער רשכבה"ג'טע קען נישט קאכן, מיילע וועט נישט אויסמאכן,
מיין רשכבה"ג איז שוין מסקעם, עס_לאנג אז מיר שטעלן אים צו א שיינעם פיאקער (קאדילעק בלע"ז ) מיט א בעל עגלה (לייען: עסקארט),
(פארשטייט זיך מיט סיירינעס און אביסל בליצעדיגע לעמפלעך, אזוי אז מרן שליט"א זאל קענען מעיין זיין אין לערנען בהרחבה,)
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 17:23 |
|
| |
א קורצע באריכט פונעם שבת, בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים.
פרייטאג צונאכטס האב איך געדאווענט אינעם שטעטל'ישן שוהל, וואו דער רב האט זיך זייער געפריידט צו מיר, מער ווי יעדע וואך, ווייל ער האט געהערט שמועות אז די שטעטלישע אידן וועלן די וואך אריינשפאצירן צום גרויסן שטאטישן שוהל, און האט געציטערט אז ער וועט בלייבן אן מנין, ברוך השם אז עס איז געווען געהעריג מנין אפילו אן מיר.
די אנדערע תפילות האב איך אויך געדאווענט אינעם שטעטלישן שוהל, וואו מען האט אנגעזען א געדיכטע עולם, מער ווייניגער די זעלבע צאל מתפללים ווי יעדע וואך, בפרט ביי שלש סעודות ווען עס איז געווען פיר ערליי הערינגן, דאן איז געווען א פירפאכיגער עולם.
נאכן טיש פרייטאג צונאכטס, בין איך ארויס אין גאס, און געגאנגען מקיים זיין דעם "ונשמרתם מאד לנפשותיכם", מען קען זיך דאך נישט לייגן אין בעט אריין אויף די פיש ן' קאטשיניא מיט לאקשן קוגל.
אויפן גאס באמערק איך שוין ווי אנדערע אידן האבן זיך אויך עטוואס איבערגעגעסן, דא גייט חיים חייקל מיט אן אנגעבלאזענעם בעקישע פון וועלכן נאר די גארטל איז פארמאכט אויפן ערשטן קנאפ, דארט קען מען מערקן דעם דיין מיט זיינע זיבן בנים אנידערלאזן דאס עסן, אויף זיין גיין ווייזט אויס אז ער האט פארגינען פאר די נשמה יתירה א דאפעלטע פארציע.
מיר קומען אן צום יריד פלאץ, און באמערקן אן אנלויף, עס קוקט אויס ווי יעדער איינער האט נארוואס פארענדיגט די סעודה'ניו און איז געקומען פארוויילן מיט די חברים אונטערן פרייען הימל, צוביסלעך ווערן די גאסן ליידיגער און שיטערער, און דער עולם ריקט זיך אריין צו די צוויי פון פאראויס צוגעגרייטע צוזאמקונפט ערטער וואו מען האט פארברענגט בשירות ותשבחות צונויפגעדרוקט ווי די הערינגלעך אין א שאכטל מאטיאש.
איך כאפ זיך אריין צו איינע פון די צוזאמקונפט ערטער, אבער אזוי ווי איך האב נישט מיטגעבראכט דעם קארטל פון מיין רעזערווירטן זיץ, האב איך געמוזט בלייבן שטיין אין א ווינקל, זייענדיג בטבע א שטילער און רואיגער, האב איך זיך נישט געוואלט שטופן אין דעם געדרענג, איך האב זיך באקוועם געמאכט אין מיין באשיידענעם ווינקל, און זיך געשטעלט שאקלן מיטן עולם בינעזאם די ווארימע לידער פונעם שבת טיש.
דא דארט באמערקט איך א גוטן פריינט, א באקאנטן פון די אלטע טעג, מען כאפט א שמועס איבער דאס און די אנדערע, אבער צופיל פון די קרעטשמע מיטגלידער האבן מיר נישט אנגעטראפן.
אריבערגייענדיג צו דעם אנדערן צוזאמקונפט פלאץ איז שוין געווען זייגער איינס דרייסיג אויפדערנאכט, די גאסן פון שטאט האבן אבער געטומעלט מיט מענטשן ווי ערב פסח אינדערפרי, איך גלייב שווער אז איינער האט זיך אין בעט אריינגעלייגט יענעם פרייטאג אויפדערנאכט גלייך נאך די קאמפאט.
אנקומענדיג באגעגענען מיר זיך מיט נישט קיין צווייטן ווי אונזער אייגענער "אומפארנומענער", וועלכער צייגט אונז אן אויף א בענקל קעגנאיבער אונזער אלטער פריינט "סושי123", מיר גייען אהין, אבער דער "סושי" האט אונז ווי צו להכעיס נישט געוואלט באמערקן, אפילו נאכדעם וואס דער "אומפארנומענער" האט אים קלאר געוויזן "קוק גראד" האט ער ענדערש געקוקט צו די לבנה ווי איידער קוקן גלייך צו מיר אין פרצוף אריין.
נישט איז נישט, זעהנדיג אז "סושי" מאכט קונצן און וויל מיר נישט אויפנעמען ווי עס פאסט, האב איך זיך אראפגעשטעלט שאקלן צום ריטעם פון די ניגונים וואס זענען געזינגן געווארן לכבוד שבת קודש.
ארויסגייענדיג פונעם זאל האב איך זיך אנגעשטויסן טאקע אין "סושין'" אליין, ווייזט אויס אז ער האט זיך מיישב געווען אז עס איז נישט אזוי געפערליך שלום צו געבן א היימישן דערפל איד.
יעצט שרייבנדיג די שורות דערמאן איך זיך אז נאך איידער איך האב אריינשפאצירט אינעם צוזאמקונפט פלאץ, האב איך אונזער געוועזענעם מנהל משנה "פענסטער" אנגעטראפן, א קליינע קלאפ אין רוקן האט אים געמאכט אוועקשפאצירן פון א קופקע שמועסער, און מיר האבן זיך א לאז געטאן אין א פריינטליכע שמועס, וואו בתוך הדברים האט ער מיר דערציילט אז ער האט זיך באגעגענט מיט "יאנאש" וועלכער האט אים אפגעטאן צרות צרורות אין די פארגאנגענהייט, אבער אנשטאט אז זיי זאלן זיך אפשטעלן און זיך גוט אדורכשמועסן, האט "יאנאש" נאר געזאגט אין א טרוקענע שטומע: "אנטשולדיגט פאר די אומאיינגענעמליכקייטונגען", און האט אוועקשפאצירט.
אזוי רעדנדיג מיט "סושי", קומען צו דער און יענער, זיינע און מיינע חברים, און סתם פגעים.. און ווילן נאר וויסן דאס און יענץ, אזוי אז מיר האבן געמוזט אוועקשפאצירן פון די גאנצע אומגעגענט כדי צו קענען האבן א רואיגע פארברענג.
פונעם עק פון אויג באמערק איך "יאנאש'ן", אבער נאכן הערן די קאלטע אויפנאמע וואס "פענסטער" האט באקומען, האט זיך מיר אינגאנצן נישט געגלוסט אים אוועקצושלעפן פון זיין טיפע שמועס מיט א רעדל חברים, און מיר האבן זיך באגענינגענט מיט א קאפ שאקל אויסטויש.
די גאנצע צייט וואס איך האב פארבראכט מיט "סושי", האבן מיר נאר פון איין זאך גערעדט: "וואו איז פארברענגן"? ער האט דאך געזאלט זיין אין די פיר איילן פון "סושי" די גאנצע צייט, ואיננו... ער איז ניטא.
הערשט עטליכע לאנגע מינוטן דערויף, ווען איך האב שוין געהאלטן אינמיטן פארברענגן מיט צוויי אנדערע אידן, זאגן זיי מיר אז דער גאנצער עולם ארום קוקט אויף מיר מיט פארדאכט, דאן האב איך געשפירט א שלעפ אין די לינקע ארעם, איינער פון די חברה האט מיר א שלעפ געטאן מודיע צו זיין אז עס איז געקומען די צייט צו "פארברענגן".
פארשטייט זיך אז מיר האבן פיין און איינגענעם "פארברענגט", ביז דער זייגער האט געקלאפט צוויי פופצען בערך, וואס דאן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק צו אונזער כאטקע, וואו די ביר פלעשער און די טעפ בונדלעך מיט די דזשעלי'ס און טשאקאלאדעס האבן געווארט אויפגעראכטן צו ווערן...
במשך דעם שבת האב איך אויך געהאט די זכיה צו כאפן א שמועס מיט אונזער מנהל משנה "בן הרחמן", מיט אן אלטן פריינט "משה'לע23", און נאך עטליכע וואס איך בין זיכער אז זיי פארמאגן ניקס, אבער דערווייל שעם איך זיך זיי אנצופרעגן דערוועגן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 17:52 |
|
| |
וויל איך טאקע דא אויכעט זאגען מיין דאנקע פאר אינזער חשיבער קרעמער פאר מיך שעהן באגריסן אומזעהבאר פון די גאנצע באהערדע אין פאר געבן א דזשעלי פישל פאר מיין באליבטער קינד אונד אויכעט פאר די דעהנע ארטיקל וואס ער האט געטראפן אנדערע קרעשמע פויערען מיר איך אונד מיין קינד האבען זעהר הנאה געהאט פון אינזער קרעמער שעיחיע יעצט וועהס איך שאהן אז מיט וועמעהן קרעמער האט געשפריכט זענדען געווזעהן די קרעשמע יונגען אבער האבזעהמיר געשעמעהט צע זאגן גוטע שאבעס מאכט נישט סעוועט שאהן זיין א אנדערס מאהל קרעמער שעהנע דאנקע שיין ביטע
00
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 05:50 |
|
| |
בקרוב וועט זיין צו באקומען פאר א ביליגע פרייז אן איבערזאצונג פן טאטעניו'ס קורצע באשרייבונג, מיט די פירוש ע"ט לויט די היינטיגע אידיש. אזוי אז אפילו אונזערע מאמעס וועלן עס אויך קענען אפלעזן אן קיינע צעגערנישן.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|