רעפענדרום
מורי ורבותי לא עת לחשות, סיז גראדע נישט לייכט אויפצוברענגן אזא האקעלע נושא, אבער אז די צייט האט דאס צוגעברענגט, האב איך נישט קיין אנדערע ברירה.
ווי באוואוסט, דא ביי אונז אין קרעטשמע, האט יעדער מיטגלידער אין דארף, מער ווי איין נאמען, דאס הייסט אזוי פאר די סי איי עי איין נאמען פאר די פיי סאמעך א צווייטע נאמען פאר די קרעטשמע אויף איין טישל א דריטע נאמען, און פאר אן אנדערן טישל א פערטן נאמען, און די זעלביגע זאך אין שוהל האט יעדער לפחות צוויי תפילן בייטעלך מיט אנדער נאמען אויפגעשריבן, מ'שטיינס געזאגט, אז מ'זאל אלעמאל האבן מנין, און בעיקר אז מ'זאל נישט כאפן אז דאס איז דאך דער זעלביגער פון הוידא נאנאש, אקיצור לאמיר נישט מאריך בדבור זיין אזויפיל, און לאמיר צוקומען צום ווארט, סיפארשטייט זיך, אז דאס איז א גלייכע זאך אז קיין שום פרעמעדער פארשוין וואס פאלט אריין אין קרעטשמע פאר א קורצע צייט, זאל טאקע נישט וואוסען אז ווען קרעמער שרייט עפעס און א צווייטער פון א דריט טישל שרייט עפעס צוריק, מעג ער טאקע מיינען אז דאס איז גאר אן אנדערער פארשוין, אבער צווישן אונז חברי וחכמי הקרעטשמע, וואלט איך יא געהאלטן אז מ'זאל זיך ארויסגעבן איינער פאר דעם אנדערן אין אישית, די אנדערע נעמען לפחות וואס מ'נוצט אין קרעטשמע, אמער זאל מען כאטש וויסען אז אמאל שרייט עמיציר אויף זיך אליינ'ס, נישט מ'זאל חס ושלום מיינער ווען התאחדות שרייבט א שארפע תגובה פאר סאכדעס, אדער פאר איינע פון זיינע אנדערע ניקים, זאל דאס כאטש אויסקוקען אביסל נארמאל, איך טוה נאכאמאל מדגיש זיין, אז פאר דעם פרעמדן אוילעם גוילעם וואס נעמן נישט א גלייכען חלק אין די קרעטשמע זאל דאס ווייטער אויסקוקען ווי ביז היינט, אבער צווישן זיך מעג ווען הערשן אזא נאנטשאפט, כאף נאר אז דע ניקים זענען נישט נאר צוויי מענטשן השם ירחם, נו רבותי ענפערט וואס איר האלט.
 |
|
|