ככככככככככאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא
מיינע לעפצן זענען נאך האלב פארקלעפט פון די שרעקליכע דראגס וואס די חברה האבן מיר איינגעשפריצט, מיינע פינגער טייפן שוין נישט ווי אמאל ווייל די קיבארד קנעפלעך באגעגענען צום ערשט די לאנגע חרוב'דיגע נעגל וואס כהאב שוין נישט אפגעשניטן זינט יענע ראש חודש. עס קומט מיר אן דאס שרייבן זעהר שווער, אבער זעהר שווער!
נאר וואדען? פון די באקוועמע אמעריקע ביז די פארגעשטינקענע מאנגאליע איז פאלג מיר א גאנג, איך מוז אייך מיטיילן מיט שיינס געזאגט, וויפיל איך וועל קענען, בציקער נמרץ, אן קיין א-רוחות,
עעההההההההה, צינד אן די נאפט לאמפ!
האאאטשווו!!!! צום געזונט.
אויסגעקוקט האט אז אלעס וועט פארן ווי די סי די אינעם סידי בורנער, אבער ליידער ליידער באבותינו הרבים, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, עס האט פאסירט עפעס זעלטן!
פון אנהייב האבן מיר אנגעקניפט גאר נאנטע באציאונגען מיט די מאנגאלישע פאליטישע פארשטייער, אזוי ווייט אז דער מאנגאלישע פרעמיער מיניסטער האט מיך אינטערוויוט פאר א האלבע שעה, און האט צוגעזאגט א פולקאמע קאפעראציע מיט די קרעטשמע מיטגלידער (אויף יאנאש האט ער געהאט געוויסע טענות, אבער מיר האבן אים צוגעזאגט אז די רצפה וועט שוין זיין אויפגעקלינט פון היצט און וויטער ווי געוויינליך) [אדער אין ריכטיגן אידיש: געוואוינליך, דהיינו ווי צוגעוואוינט].
נו איז דאך אלעס גוט?
ווען עס איז געקומען די ביטערע מסירה, סארי, בשורה אויף די פטירה פון די רבי פון סאטמאר זצ"ל האבן מיר אינטערגעגארטעלט די לענזן, זיך אנגעשפריצט מיט שפרענג וואסער, איטליכע פאר יעדע קאפצאל, מיט א פייער אמפער האבן מיר מיט איין וויו געשמיסן די אויסגעמאגערטע פערדלעך, און יאלא! ויסעו! ווויווווווווווווווווווו
נו איז דאך גוט?
קומען מיר אן צום גרעניץ וואך-שפיץ, דער מאנגאלישע וועכטער איוואן דער גרויזאמער מאכט א אחת למעלה מיט זיינע ברילן וועלכע זענען געפלויגן ארויף ביזן לעצטען קנייטש פונעם קאמיניסטיש-געשטימטע מצח, צוגעגארטעלט מיט א שווארצע לשון של זהורית ביזן אויער לעפל, די אויגן ברעמען פארגלייזן זיך אויף אראפ און לאזט אפען א פחות מכשיעור כדי צו קענען מיטהאלטן וואס די שווארץ אפעל פארלאנגט, אראפ מיט די נאז שלא כדרך הנאזן. נעמט די פאספארט אינעם האנט, די קאפ ארויף, די אויגן אראפ, די גלעזער ארויף, די נאז אראפ, און ליינט....
מיר שטייען אויף שפילקעס, ער ליינט און ליינט, סגייט דורך פינף מינוט, פופצן מינוט, א האלבע שעה, א שעה! ער ווערט נישט פארטיג. וואלט איך געקענט וואלט עך געטוהן דאס וואס ער העט ווען געוואלט, איך וואלט ארויסגענומען מיינע נערווען און אים דערלאנגט ער זאל דערויף שפאצירן כאדם העושה בשלו און מעך לאזן לויפן.
אבער די נערווען איז דאך נישט קיין מטלטלין, מוז ער דייקא שפאצירן דערויף ווען עס ליגט ביי מיר אנגעצויגן ווי א אויפגעבלאזענע באלאן, און מיר שטייען און ווארטן. דיפלא ווערט מיעד, סאכדעם שפרינגט פון די הויט. און עס ווערט שוין צוויי שעה וואס דער אנגעפראסענע מאנגאלישע גרויזאמער (נישט פארטוישן מיטן אמעריקאנעם גרויזאמער) זיצט מיט א רואיגקייט און ליינט און ליינט ווי עס העט ווען געווען ערב פסח שחל להיות בשבת נאך חצות.
נו איז דאך גוט?
אריבער צוויי אהאלב שעה, און די דריי באלאנען האבן זעך גענומען פלאצן, צום ערשט סאכדעס. "העי סור, ווי וואנע גאו, האו לאנג ווי וויל וועיט???""
"אריין אין טורמע!" געבט ער א שריי אין אידיש אבער אינעם מאנגאלישע אקצענט. און ברגע כמימרא קומען צו שפראצען די עי. טי. אר. עיטש. דאבל יו. זי. טרופן (אזויווי דא די עף. בי. איי.) בינדען די האנט אויף אנידער, און נעמען אים צו די ווייטע סיביר, אדער ווייסעך וואו.
"וואטס גאונג אן העיר" רוף איך זיך אן
העי! אריין אין טורמע!
מיין שיקזאל האט מיטגעטיילט דאס זעלביגע, מען בינד די האנט און מען זרקט מיך אריין אינעם טענדער, און גיי ווייס אוואו מען האט מיך אפגעדראפט, ווייל יעצט אפאר טעג דערנאך טרעף איך זיך דאהי אין אמעריקא אין מיין צימער, אויסגעשפרייט אויפן סאפע.
וואס עס איז געשען מיט דיפלא ווייס עך דאך נישט.
איך ווייס נישט צו די אנדערע צוויי זענען שוין יא דא, ווער ווייס?
איך וויל זיך דא באדאנקן פאר די וואס האבן ארלעדיגט די קאמאנדא אקציע, און מיך אריבערגעפירט דאהי קיין אמעריקא, איך וועל אים עס קיינמאל נישט פארגעסן! אוקיי?
די מאנסע האט זייער אסאך פיטשיווקעס, זאלץ און פעפער, חריף און טחינה, אבער ווי געזאגט ווייס עך נאכנישט קיין איינצלהייטן, און דאס וואס עך ווייס יא בין איך אויך נאכנישט ערלויבט ארויסצוגייבן.
אוקיי?
יא?  
 |
|
|