העתק שיחה עם הדאיען שליטא
סאכדעס: בן הרחמן האט געשריבן א שטיקל מחאה צוליב וואס די ציונים פון הייד פארק לייגן ארויף א פאן צוליב די יום העצמאות זייערע
דאיען: אזוי ברוך השם שהבדילנו מן התועים, אבי ביין אונז אין קרעטשמע זענען נאך דא אידעלעך וואס קימערען זיך מיט דע צער וואס גאט ברוך הוא האט אין אזא טאג, וואס ליידער בעוונינו הרבים זענען מיר נאך אין דעם ביטערן שווערן גלות -דא האט דער דאיען זיך צוקרעכצעט ביז די טיפענישן פון די נשמה- מענטשן כאפן זיך נישט וואס די קליפה הציונות האט שוין אלץ אריינגעברענגט אין כלל ישראל, קאלטקייט אין דברים שבקדושה, נישט גלייבן אז גאט פירט אלץ אויס, נישט זיך ארומדרייען מיט א געפיל אז איינער איז בעל הבית, נאר ליידער כוחי ועוצם ידי, אידן דרייען זיך שוין היינט נישט ארום מיט הכנעדיגע געפילן אזוי ווי אמאליגע אידן האבן געלעבט, היינט איז שווער צו טרעפן א איד, וואס זאל לעבן אגאנצן טאג אנגעהאנגן אין דעם באשעפער אהן קיינע חשבונות פון מענטשן וכו'
סאכדעס: וואס האט דאס מיט ציונות?
דאיען: כעל דיר דאס מסביר זיין, ציונות איז א קליפה, דאס הייסט אז אפילו דו האסט נישט קיין דירעקטע שייכות צו דעם אבער די זאך איז דא אויף די וועלט, און מ'ארבעט נישט דאס ארויסצושרייען פון זיך, יעמאלט פאלט מען אריין אין די נעץ, כעל דיר מאכן א משל, א טאטע האט צוויי קינדער, איינער איז זיך מתחצף קעגן טאטן, און דער אנדערער נישט, הגם פיל מאל פאלט דער צווייטער אויך דורך אין געוויסע זאכן, אבער אין מוח ווייסט ער אז נאר זיין טאטע איז זיין בעל הבית פון אים לעבט ער, יעמאלט אויב גלייבט ער אז זיין טאטע האט ליב אלע זיינע קינדער, וועט איהם זייער ווייטוהן אז זיין ברודער איז זיך מתחצף, סיוועט איהם ווייטוהן אז זיין ברודער שלאגט זיך מיט זיין פאטער, אויב אבער וועט ער פארגעסן פון דעם, און ער וועט נישט מערקן אז זיין ברודער טוט אן עולה, מיט די צייט וועט דאס איהם אויך קאלט ווערן די קשר מיט זיין טאטן, און מיט די צייט וועט ער בכלל פארגעסן אז ער דינט דא א גוטן טאטען, די זעלביגע זאך איז מיט ציונות.
איך האב שוין נישט צופיל צייט על איך שוין נישט מאריך זיין אי"ה אין אן אנדער געלעגנהייט.
 |
|
|