| נשלח ב-7/5/2006 10:34 |
|
| |
טראכטן אָן שפראך
שמועסנדיג ביים טיש די וואך איז ארויף דער נושא וויאזוי קליינע קינדער טראכטן? אויף וועלכן שפראך טראכטן זיי? וויבאלד מיר טראכטן דאך נאר אין שפראך, וויאזוי טוען די בעיביס טראכטן ווען זיי קענען נאכנישט קיין איין ווארט פון קיין שום שפראך?
האב איך גע'טענה'ט אז ווער זאגט אז טראכטן קען נישט גיין אן שפראך, מהיכי תיתי אז די צוויי זאכן מוזן זיין פארבינדן. אמת, אז איינמאל מיר קענען א שפראך וועלן מיר נאר טראכטן מיט דעם שפראך, אבער עס איז נישט מוכרח צו טראכטן נאר מיט ווערטער אין קאפ. איז געגאנגען די טענות , ווי געווענליך, בעק און פארט.
איינער האט געזאגט אז עס ווערט ערגעץ געברענגט אז קינדער טראכטן אין לשון הקודש.
איז מיר שפעטער בייגעפאלן א רעיון, וואס איז מיר זעלבסט געפאלן, און איך וועל דאס מיטטיילן פאר די [יחידי] אינטערעסירטע.
נישט נאר מוז נישט דאס טראכטן זיין געבינדן צו שפראך אדער ווערטער, נאר באמת איז דא פילע זאכן וואס קיינער האט נאך קיינמאל קיינעם נישט מסביר געווען און איז נאך נישט ארויסגעברענגט געווארן אויף קיין שום שפראך, אבער דאך ווייסט יעדער, במחשבה, פונקטליך וואס דאס איז., דאס ווייזט אז דער מוח טראכט און פארשטייט נישט דוקא מיט ווערטער.
למשל דאס ווארט "שיין", קיינער קען דאס נישט מסביר זיין גענוי וואס דאס איז, קענסט ווייזן אויף הונדערט זאכן אז דאס און דאס איז שיין, אבער וואס מיינט דאס אז יענע זאכן זענען שיין, און פארוואס זענען טאקע יענע זאכן שיין און אנדערע נישט קענסטו אויף קיין פאל נישט מסביר זיין, אבער פונדעסטוועגן דאך ווייסט יעדער פונקטליך וואס דאס איז, .
והא ראי', קיינער וועט נישט זאגן אויף א עכט מיאוסע זאך אז עס איז שיין, נאר מען קען זיך קריגן צי א געוויסע זאך איז טאקע "שיין", ד.ה. צי דער ווארט שיין, פאסט אויף יענע זאך, אבער בעצם וואס דאס מיינט שיין ווייסט יעדער, אבער א הסבר דאס ארויצוברענגען האבעך נאכנישט געהערט.
נאך א ראי' אז טראכטן איז לאו דוקא פארבינדן מיט שפראך, ווייל וויפיל מאל ווילסטו עפעס ארויסברענגען , אבער דו קענסט נישט, ווייל דו זוכסט די פאסיגע ווארט פאר יענע ספעציפישע זאך. איי שטעלט זיך די פראגע , ווען דו טראכסט וואסערע ווארט צו נוצן פאר יענע זאך, קענסטו דאך נוצן טאקע די זעלביגע ווארט וואס דו נוצט איצט צו טראכטן פון יענע זאך און דאס אויך ארויסצוזאגן... אלא מאי זעט אויס אז באמת קענסטו טראכטן אפילו אנע ווערטער, און ארויסברענגען אויף שפראך איז א באזונדערע ארבעט. מען טראכט און דעציט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 18:07 |
|
| |
GOOD TOPIC I CAN PROBABLY PROVE YOUR POINT BUT TOO BUSY NOW BUT OFEN SHPITZ GOOPL PEOPLE (PERHAPS AUTISTIC, MENTAL, STAM MESHIGOIM ) OR SOMETIMES THE GENERAL POPULATION THATS COLD THE NORMALE MENTSHEN HAPPEN TO COMMUNICATE & THINK WITH ALL SENSES CHISHIM LIKE SMELLING PAINTING FACIAL EXPRESSIONS ETC
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 19:13 |
|
| |
איך געדענק פון ספרים אז אויב מען זאל א קינד נישט אויסלערנען קיין שפראכן, ער זאל נישט הערן פון טאטע מאמע וויאזוי מען רעדט, וועט ער אויטאמאטיש אנהייבן רעדן לשון הקודש (ווער עס ווייסט דעם מקור, זאל זיך ביטע מעלדן).
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 20:33 |
|
| |
איך האב אויך געהערט דערפון, חאטש די מקור ווייס איך נישט. די שאלה איז נאר, איז עס אמאל אויספרובירט געוווארען און אויפגעוויזען אז עס ארבעט טאקע?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 21:18 |
|
| |
קרעמער
אפילו דאס ווערט יא געברענגט, איז דאס טראכטן לשון הקודש נאר ביי אידישע קינדער, (נישט אזוי?), נו, וואס טוט זיך מיט די גויאישע שקצים'לעך, וויאזוי טראכטן זיי?
די זעלבע קשיא קלער איך איז איבער דעם קוועטש אונטער דעם נאז, דער שפאלט אינמיטן די וואנצעס. דאס איז דאך וועגן דעם וואס דער מלאך האט געפליקט און מ'האט פארגעסן די תורה וואס מען האט מיט אים געלערנט לפני צאתו , אבער וואס איז דער שפאלט ביי די גויאישע קינדער? פארוואס האבן זיי דאס אויך? דאס זענען אלעס אוודאי גרויסע סודות, אבער מיר פרובירן פשוט פארשטיין ע"פ פשטות
תוקן על ידי - allllways - 07/05/2006 21:21:40
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 00:24 |
|
| |
איז דא א מקור אויפ'ן שפאלט אונטערן נאז? כ'מיין אז ס'איז באבע מייסעס. אדרבה צייגט מיר א
מקור דערפאר.
וועגן טראכן: רוב מחשבות גייט יא אין שפראך און נאך מער ווי דעם: מ'טראכט א געוויסע זאך
וויאזוי עס איבערצוזאגן פאר א צווייטן. למשל ווען מ'טראכט פון פאליטיק טראכט מען אויס
ארגומענטס וואס מ'וואלט געענטפערט איינעם וואס איז נישט פון דיין פארטיי. ווען מ'טראכט פון
רעליגיע טראכט מען וואס מ'וואלט געענטפערט פאר א גוי אדער א פרייער איד. וכו' וכו'. דוק ותשכח.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 02:37 |
|
| |
שלמה זלמן;
A BIG WELCOME BACK
היינט צוטאג טראכט איך געווענליך בדרך אשכול/תגובה, און איך משל מיר אויס וואס איטליכע ניק וואלט רעאגירט...
אלללללללוועיז; (סארי פאר די איבריגע למ"ד'ס)
די שנעלקע אונטער די נאז האט ווארשיינליך נישט קיין מקור, די עצם פארגעסן דאס לערנען קומט טאקע פון א פעולה פונעם מלאך, אבער די לשון הגמ' (נדה ל' ע"ב) איז בא מלאך וסטרו על פיו, ווער עס קען אביסל גמרא שפראך ווייסט אז א סטירה מיינט נישט עפעס אנדערש ווי א פראסק, און אין דעם פאל א פראסק אויפן פיסק, און נישט קיין שנעלקע אין די נאז אדער אונטער די נאז.
אגב, דארט וואו איך האב געזען דעם ענין פון "לשון הקודש", שטייט עס אפילו אויף גוים, ווייל דאס איז די איינציגע ארגינעלע שפראך, די וועלט איז דאך מיט דעם שפראך באשאפן געווארן, און ביזן דור הפלגה האבן אלע גערעדט אין לשון הקודש.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 07:00 |
|
| |
שלמה זלמן איך וואלט אויך געזאגט אז ס'באבע מעשיות, אבער כאב מורא געהאט איידער איך ווייס אז קיינער וועט נישט אפירקראצן א מקור.
אוודאי טראכט יעדער מענטש אין שפראך, (און ס'איבעריג די ראיות פון פאליטיק און ודע מה שתשיב,) אבער דאס איז דאך טאקע דא די שאלה , אז וויבאלד קינדער קענען נישט קיין שום שפראך וויאזוי טראכטן זיי וואס זיי טראכטן.
קרעמער קודם בין איך דיר מוחל פאר די ל' הוספות, אפילו באמת איז נישט שייך צוצולייגן צו אללוועיז, ווייל אללוועיז איז אייגענטליך אינפיניטי, און אינפיניטי פלאס וואן, בלייבט נאך אלץ די זעלבע אינפיניטי... (אויך פארגעס נישט פון דעם "בעקספעיס" קנעפל וואס וואלט דיר לכאורה געקענט העלפן אין אזא פאל.)
עס קען זיין ווי דו זאגסט אז עס האט קיין מקור, אבער דאס איז זיכער אז קינד און קייט ווייסט דערפון, אפילו דאס איז טאקע גאר גאר ווייט פון א הוכחה, האבעך מורא אז פון ערגעץ שטאמט דאס און איינער האט יא געלאזט פאלן די ווערטער. \(עפעס געדענק איך א מעשה איז געווען מיט א קינד וואס האט דאס נישט געהאט און האט געקענט כל התורה כולה, ביז א רבי האט אים "געשנעלקעט". איך וועל מיך נאכפרעגן , דערווייל קיין אחריות דערויף.)
אינטערעסאנט איז אז דער שפאלט העכער די ליפן איז ממש פון די איינציגע זאכן וואס די סייענטיסטן זאגן אז זיי האבן נישט קיין שום אהנונג וואס דאס קען מיינען, אנדערש ווי ביי אנדערע זאכן וואס זיי זאגן עטליסט זייערע טעאריעס, אפילו טיילמאל מאכט עס האלב סענס אדער קוים א פערטל, אבער אויף דעם זענען זיי ווי שטום.
זאג שוין אויס וואו האסטו דאס געזען, עס איז אינטערעסאנט אז עס זאל שטיין אז דאס איז אפי' ביי גוים. (בכלל איז דאס מילתא דעבידא לגלויי, און אויב זאל מען דאס אריינשיקן צו די סייענטיפישע חברה וועלן זיי דאס גאר שנעל פרובירן, און כ'מיין אז וועסט מודה זיין אז די רעזאלטס וועלן נישט זיין צופרידנשטעלנד,)
אויך טראכט איך אז עס איז שוין געווען פילע פילע טויבע מענטשן וואס האבן אנגעהויבן צו הערן ערשט היבשע יאר נאכן געבוירט, און כאב קיינמאל געזען קיין העדליינס אין די צייטונגען אז זיי האבן אנגעהויבן רעדן לשון הקודש.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 15:03 |
|
| |
אללללוועיז;
טראצדעם וואס קינד און קייט ווייסט פונעם שנעלקע אונטער די נאז וואס די מלאך געט, מוז דאס נאכנישט זיין קיין תורה שלימה, און די צאן-געלט יוכיח, וואס דאס וועסטו מודה זיין ווייסט אויך קינד און קייט, און עס איז נישט מער ווי א נארישע גוי'אישע איינרעדעניש, עיין "TOOTH FAIRY".
ווען איך וואלט געדענקט וואו איך האב געזען אז אלע וואלטן זיך גענומען רעדן לשון הקודש, וואלט איך דאס שוין לאנג געשריבן, איך פרוביר געווענליך נישט עובר צו זיין אויף אל תמנע טוב מבעליו. די זאך איז אז איך געדענק ליידער נישט דעם מקור דערפון, איך ווארט אויף הילף פון די יודעי דבר (אפשר זאל מען אנפרעגן דערוועגן אין "שיעור עיון").
דאס אז סיינטיסטן ווייסן נישט פשט פונעם שנעלקע, איז נאכנישט קיין הכרח אויפן מלאך'ס פליק, נישט אויף יעדן אינטש אין קערפער האבן זיי שוין א פשט, אפענדיקס יוכיח. (איך האב גראדע יא געהערט די מעשה פונעם אינגל וואס האט געדענקט דאס לערנען פון א מקור מוסמך, א עלטערע רב ז"ל וואס האט אים פארהערט בזמנו).
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 15:58 |
|
| |
קרעמער
כאב טאקע קלאר געזאגט אז דאס וואס יעדערווייסט איז קיין הוכחה, אבער קיין ראי' פון די ציין וואלט איך נישט געגלייבט ווייל קיין איינער העכער די דרייצן גלייבט דאס ננשט, און איך ווייס נישט אויב די יונגערע יא, אנדערש ווי ביי דעם שנעלקע וואס אידן מיט גרויע בערד האלטן אזוי.
דאס אז סייענטיסטן ווייסן נישט דעם טעם דערפון האבעך געשריבן אלס סתם אן אינטערעסאנטע זאך, וואס איז טאקע בעיני א פלא, אבער דאס איז בכלל נישט קיין ראי'.
|
|
|
|
|