אז מען רעדט שוין פון קידוש לבנה, דערמאן איך זיך א מאנאטליכן עפיזאד וואס איך טוה בייוואוינען יעדן קידוש לבנה.
ביי אונז אין שוהל איז דא א אידל וואס ווען ער קומט אן צו די ווערטער: כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול לנגוע בך וכו', איז ער נישט צופרידן מיט א קליינעם טאנצל אונטער אזוי ווי דער סידור פארלאנגט, נאר ער געט א שפרינג אויף ארויף מלא קומתו, און מיט די האנט פרובירט ער צו גיין נאך העכער (אזוי ווי די סטאטוע פון פרייהייט).
איין מאל (גראדע איז עס געווען חודש אדר) האב איך זיך ערלויבט און אים געפרעגט: ערעב איד, כ'פארשטיי אייך נישט, פארוואס שפרינגט איר אזוי?
דער איד האט מיר אזוי תמימות'דיג אפגעענטפערט: הערט אויס, איך בין זייער מקפיד נישט צו זאגן קיין ליגן, וויל איך צוערשט טאקע אויספרובירן אויב עס איז אמת דאס וואס איך גיי דא זאגן...
איך בין נתפעל געווען פון דעם איד'ס אמת'דיגקייט און תמימות! ער ציטערט אז פון פאריגן מאנאט ביז היינט איז ער שוין אזויפיל געוואקסן אזש ווען ער וועט א שפרינג טאן וועט ער גאר קענען די לבנה אנרירן!
וויאזוי זאגט יענער?
די מעשה וואלט געקענט פאסירן.
|
|