ירושלים ציטערט: דער דיין לאכט הויך אויפן קול
דער דיין שליט"א האט א לעפ-טאפ און ער פרעגט ווי אזוי מ'ריסטארט עס? האב איך עם געזאגט אז מ'קוועטשעט יענע און יענע קנעפל און יעמאלט לעשט זיך עס אויס, ווארט א האלבע מינוט און קוועטש נאכאמאל וועט זיך עס אנצינדן.
ובכן דער דיין טוט אזוי, אבער נאכדעם זאגט ער אז ער וויל אלעס אויסמעקן, האב איך עם געפרעגט אויב ער האט א סי די פון ווינדאו'ס צו קענען צוריק אינסטאלן די ווינדאו'ס, זאגט דער דיין שליט"א אז די סידי ליגט ביי זיין שוואגער, באט ער וויל אלעס אויס מעקען קודם, האב איך עם געזאגט א שאד צו ארבעטן צוויי מאל, וועסט עס אויסמעקן ביי דיין שוואגער.
זאגט דער דיין שליט"א אז ס'צינד זיך נישט אן די לעפ-טאפ, פרעג איך עם אויב עס איז איינגעפלאגט, זאגט ער יא.
האב איך עם געזאגט: צוטייל דעם לעפ-טאפ אין צוויי די סקרין האלט ביי דיר, און די חלק ווי מ'קען אריינלייגן די סי די טראג צו דיין שוואגער, דא האט דער דיין שליט"א אויסגעשאסן אין א געלעכטער אז כמעט גאנץ ירושלים האט געטרייסלט.
|
|