בית פורומים היימישע קרעטשמע

בזיונות עצומות, וויאזוי וואלסטו געהאנדעלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2006 16:48 לינק ישיר 
בזיונות עצומות, וויאזוי וואלסטו געהאנדעלט

שוין, גענדיגט מיט די וויצן, ליצנות אין די זייט געלייגט, יא ס'איז שווער פאר יגר'ל זאל שרייבן א גאנצע מינוט אין א צוה אן אריינצולייגן.... שוין איך שרייב נישט וואס, טראכט'ס אליינ'ס

אבער, אלעס האט א שיעור, הערטס א מעשה, לאכטס ענק אינטער א גוטס, און זאגטס אייער מיינונג

אין ביהמ"ד אזעלכע בזיונות, איך קען נישט צו מיר קומען

אויפשטייענדיג צופרי, אפגעגאסן נעגל וואסער, אפגעווישט די אויגן, אנגעטוהן פרישע אינטערוועש - פארווער ס'האלט נישט מיט, איך טויש וועש זונטאג צופרי, דינסטאג, און דאנערשטאג משום מעשה שהי' איינמאל האב איך נישט אזוי געטוהן און איינער האט געזינגן אז איך שמעק - געגאנגן צום קאר, אים געגעבן זיין טעגליכן קיצל, טשיפ טשיפ, די טיר עפענט זיך, אנגעטוהן די סיט בעלטס ויסעו..

צו דאס האט א שייכות צו מיין ווייטערדיגע מעשה? בכלל נישט...

אנקומענדיג אין ביהמ"ד, גענומען א שאווער אריין אין מקוה דארט ווי ס'שטייט אר... (אן די גלעזער קען איך נאר ליינען די ערשטע צוויי אותיות) אין געמאכט דעם טעגליכן אההההההההה

ברכת התורה געזאגט ערליך פון א סידור, איך האף אז עטס טראכטס נישט אז איך האב דאס געטוהן אינעם בור... שוין, מ'נעמט זיך מאכן די קאווע

די מעשה הייבט אן צו ווערן שרעקעדיגער...

איך צייל אפ וויפיל באנדלעך ס'פליהט אריין אינעם גלעזעל, אינטערמורמעלנדיג דעם לשם יחוד וכו' אין אני שותה להנאת גופי וכו', מ'גייט צו צום הייסן קראן, און דערנאך די מילעך, דערנאך די גראבע קאצקאציקער'ל ימח שמו, און מ'גייט צום ספרים שאנק.

און ווי יעדער דא ווייסט, אז אויב קומט מען פרי, טרעפט מען די גמרא גלייך, יעצט קאנצעטריהט אייך:

די קאווע אין די רעכטע הענד מיטן ציקער, די גמרא אין די לינקע האנד, און מ'איז גרייט אנצוהייבן דעם טאג.

רבות מחשבות בלב איש זאגן אונז אנשי כנסת הגדולה צו זאגן יעדן טאג, און אאאאפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפסססססססססססססס

איך טרעף מיך שיף אנגעלאנדט אויפן בענקל, די גלעזער מד' אמות ולחוץ, די היט איבערגעדרייט אויפן ברוינעם נאסן פלאר, און א עולם קוקענדיג אויף מיר...

אוי די בזיונות איז עד אין לשער

דער זעצער, נישט אויסגעשלאפענער יוד, האט "בטעות" (איך מעג איך צוריקגעבן בטעות?...) אריינגעקלאפט אין מיר, און דערנאך אויסגעשריגן מיט א הויכן קוויטש אז דאס ביהמ"ד איז שטיל געווארן און איך בין פון איין מינוט אויפן צווייטן געווען אינעם שאוי...

צו מאכן דאס מער אמת'דיג, פלעין די קאווע האט זיך אויסגעגאסן אבער די בושות, אוי


די העמעד ברוין, די גמרא צוריסן, אין קוים אפמורמעלדיג די פאר ווערטער: ניין, ס'איז גארנישט, אריינגעלאפן אין קאר און אפגעיאגט בבושת פנים.





































עטס ווייסטס וואס איך האב מיך מקבל געווען פון דעם מינוט אין ווייטער?

קיינמאל נישט אנצוריפן א חבר, מיטן נאמען: קי ....



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2006 17:05 לינק ישיר 

אויפן קעפל האט זיך מיר געדאכט אז דא וועסטו באשרייבן די שוידערליכע איבערלעבעניש און קאשמארן וואס דו האסט זינט דעם פראסק וואס דו האסט נעכטן געכאפט פונעם גרויזאמער (ווער עס קען אראמיש זאל דאס אפליינען אינעם אנדערן אשכול).

יעצט זעה איך גאר אז די בזיונות זענען אז דו טוישט נישט דיינע אונטערוועש יעדן טאג, כדרך כל האדם.

און וואס האט דאס צו טאן מיט אנרופן יענעם א "קיה" כאפ איך נאכנישט.

אגב, דער ארטיקל איז אינהאלטסרייך און זייער שיין באשריבן, יישר כח.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/5/2006 17:18 לינק ישיר 

ס'האט נישט קיין שייכות?

איך האב פארשעמט אנדערע, בין איך פארשמעט געווארן, אין חז"ל ווערט דאס אנגערופן: מדה כנגד מדה.  (מ'מוז נישט קענען אראמיש דאס צו כאפן...)



אויב האלטסטו אז ס'האט נאך אלץ נישט קיין שייכות, ביטע לאז מיר וויסן, איך קען נאך אפשר טרעפן א היתר צו ברעכן מיין קבלה נישט ווייטער מבזה צו זיין מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2006 17:43 לינק ישיר 

גוד פאר יו.

ריף מיך נישט נעקסטיים קי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/5/2006 18:01 לינק ישיר 

ההוא קרמריא דצווח על יגר סהדותא דאפיקת תוקפא דקפה על רצפת היכלא דכסיפין, הני תרין שוקין דנביעו מגו רזי דצווח יגר סהדותא על בר נש עגלא כמה חיות ברא ועופי שמיא, דאיתמר עלה עין לא ראתה כמה פילי דקפה יכולין למישפך לגו חד קפיא, ואוף הכי איהו בחכמא ידיעא מפיק לשוניה בימח שמו על הני קוצקיציקיריא, ואמאי אישתיק כולא עלמא בבי מדרשא? בגין ההוא עגלא דאפיקות מנהון זעקה גדולה ומרה עלי נזלא דקפיא. אמר רב קרמר לו יחיה גבר שנין אלפין לא יכיל לגליא רזי דדינא דאייקיוסתיא דילי בנהירו דאנפין חדוותא ברכתא ושירתא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 22:10 לינק ישיר 

איך האב א גוטן לצנות אויף מיין BOSS איך אימעיל עס צו מיין חבר, ביי מיסטעיק האב איך עס געשיקט צו מיין בעה"ב בכבודו.

וואס טוט מען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 22:15 לינק ישיר 

מקוה איד;

צר לי עליך... עס צצצצצצצצצצצצצצצצצציפט.

ביז קומענדיגע וואך (אדער ביז דו קוקסט נישט גוט איבער צו וועמען דו שיקסט דיינע אימעילס) גלייב איך אז דו וועסט מער נישט שיקן אזעלכע שטעכיגע אימעילס.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/5/2006 05:09 לינק ישיר 

כולנו מאחוריך, מחזיקים לך אצבעות !

זאלן די BOSS'S איינמאל פאר אלעמאל וויסן וואס מען ווינקט זיך אונטער זייער רוקן,

אויב ער ווארפט דיך, קענסטו קומען אין קרעטשמע ארבייטן. סערווירן דעם עולם.
א סארווער איז נאכנישט דא דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 22:29 לינק ישיר 

למעשה, האט מיר א קלוגער איד מציע געווען איך זאל קאנפראטירן פנים אל פנים דעם בעה"ב אין נישט איגנארירן, איך האב אזוי געטאן עס האט געקאסט אסאך קוראזש, איך האב מיך זייער אנטשולדיגט און מודה געווען אז עס איז נישט דא קיין עקסקיוז, און אלעס איז פארגלעט געווארן.

אזוי ברויך מען טאקע טון, איגנארירן און האפן אז מ'וועט פארגעסן איז דאס ארגסטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 22:59 לינק ישיר 

מקוה-איד;

קיינער דא וואלט דיר נישט אנדערש געראטן, די וועלט זאגט אן אמת ווארט: די אמת איז די בעסטע ליגנט!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > בזיונות עצומות, וויאזוי וואלסטו געהאנדעלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext