סושי123: א שיינעם דאנק!
א גוט מארגן רבותי!
דעם פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן האב איך געהאט א געוואלדיגע פארגעניגן צו רעדן מיט מיין פריינט מר. סושי (123), איך האב זיך פאר אים מזכיר געווען אז מיין קאמפיוטער גייט אדורך א שווערע פראבלעם, און געבעטן פון אים אן עצה וויאזוי זיך ארויסצודרייען דערפון.
די צייט איז געווען אן אנגעצויגענע, קנאפע דריי שעה צום זמן פון ליכט צינדן, איך האב געציטערט ביים דרוקן די קנעפלעך אויב איך וועל אנטרעפן א נערוועזן אידל וואס האלט אינמיטן צוזאמקלאפן די לעצטע הכנות צום שבת קודש, נאך ערגער האב איך געקלערט, אפשר גאר שטער איך אים פונעם ערב שבת שלאף.
למעשה האב איך אבער זייער וויכטיג געברויכט צוקומען צו זיין עקספערטיז, און איך האב זיך אנגעגארטלט מיט מוהט און קוראזש און אים אנגערופן מיט דעם פראבלעם, איך בין ערשטוינט געווארן פון זיין רואיגקייט און גלייכגילטיגקייט כאילו עס וואלט געווען חול המועד צווישן מנחה און מעריב אדער ערב פסח נאכמיטאג ווען עס געפאלט אין שבת.
ער האט זיך אינטערסירט אויפן צרה, אנגעהויבן געבן עצות רעכטס און לינקס, טוה דאס, מאך אזוי, פרוביר אהער, גיי אהין, איך בין באמת נתפעל געווארן פון זיין קענטעניס אין עולם הקאמפיוטער (א שאד אז צוליב אויפדעקן אידענטיטעטן קען איך נישט דא געבן א "פלאג" פאר זיין פירמע), אבער למעשה איז דער פראבלעם טאקע אסאך טיפער ווי מיר האבן לכתחילה געמיינט, אזוי אז נאר די פירמע וואס האט פאבריצירט דעם קאמפיוטער קען עס (האפנטליך) לייזן.
אבער איך בין מחויב אים אפצוגעבן א דאנק ברבים, אלץ הכרת הטוב וואס ער האט מיר אזוי שיין אויסגעהערט און מסביר געווען מיט א רואיגקייט פונקטליך וואס מען אלץ טאן, זאל די זכות פון די גמילת חסד וואס ער האט מיט מיר געטאן אים ביישטיין אויף שטענדיג!
יישר כח חבר לעבן!
 |
|
|