בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברוך השם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2006 18:27 לינק ישיר 
ברוך השם

אסאך מאל מיינט מען אז מען האט א צרה, עס איז שווער פארן מענטשן, מען דערזעט ביים עק וועלט, אבער דערווייל איז עס ממש א קלייניגקייט (למשל יעצט בשעת'ן שרייבן די שורות, שפרינגט מיר די שטרעכעלע צוריק צום אנהייב בלעטל יעדע פאר סעקונדעס, אבער איך נעם זיך נישט צום הארצן, ווייל איך האב נארוואס מיטגעלעבט און געזען אז עס קען זיין ממש א שטות, און ס'לוינט זיך נישט צו ערגערן דערויף, ליינט ווייטער).

הכלל, ווי איך האב שוין געשריבן אין מיין נעכטיגן אשכול, האט זיך געמאכט אן ערנסטן פראבלעם אין מיין קאמפיוטער, איך וועל אייך דערציילן וואס עס האט פאסירט:

אינמיטן זעהן א קליפ וויאזוי די משטרה אין תל אביב צונעמט א ליידיגע זעקל וואס ליגט אויף א קארנער פון א געסל (די לינק איז געווען צוגעצייכנט אין "וואז-אי-נייעז" וועבסייט, ביי די קאמענטארן דארט, געשיקט דורך ליפא שנילצער..), דערזעה איך זיך אן א "אינסערשן פוינט", דאס מיינט אז דער מייזל פינקציאנירט נישט!

איך האב געקלערט אז מיטן אויסלעשן דעם קאמפיוטער וועט זיך אויסהיילן די בובו, סייווי איז שוין געווען פרייטאג נאך חצות, איך קלער נישט קיין סאך, געב א לעש אויס דעם כלי, און איך פארגעס פון די גאנצע פראבלעם.

א שעה צוויי שפעטער האב איך זיך דערמאנט עפעס (וויכטיג?) וואס איך ברויך ערלעדיגן אויפן קאמפיוטער, איך צינד צוריק אן דעם מאשין, ואיננו, דער מייזל איז נאך אלץ נישטא! דא ווער איך שוין אויס מענטש, מ'שטיינס געזאגט: אן א מייזל בין איך אויס קאפעלוטש מאכער, איך קען זיך נישט אויס מיט די אלע "שארט הענד" קונצליכע וועגן וויאזוי די פעסטע חברה לייט באגייען זיך אן קיין מייזל.

איינע פון די ערשטע עצות וואס קומען אויפן געדאנק איז : סיסטעם ריסטאר!

אבער רבונו של עולם, גיי מאך א סיסטעם ריסטאר אן א מייזל... אה, אויף די START איז דאך דא א BUTTON, דרוק איך דעם באטען, מיט די ARROWS בין איך אנגעקומען צום סיסטעם ריסטאר, און דארט האב איך שוין ב"ה געקענט זיך דורכקומען מיט די ענטער באטען.

די סיסטעם ריסטאר פארענדיגט זיך און לא דובים ולא יער, לא עכברים ולא טאטש-פעד, איך קען זיך נישט רירן דא, וואס טוט מען?

אין גרויס פארצווייפלונג רופט מען אן בן-הרחמן, ער זאגט אז איך זאל פרובירן מאכן א סיסטעם ריסטאר אויף א פריערדיגן טאג, אבער דא האבן שוין נישט געארבעט די ARROW קנעפלעך, האט ער מיר אויסגעלערנט וויאזוי מען באגייט זיך מיט TAB און פארשידענע אנדערע קנעפלעך, למעשה איז טאקע געלונגען צו מאכן א נייע סיסטעם ריסטאר, אבער די רעזולטאטן זענען געווען די זעלבע ווי ביים ערשטן סיסטעם ריסטאר: טויטע באנקעס.

מען נעמט ארויס די אנ"ש ביכל פון די קרעטשמע מיטגלידער, און מען רופט שנעל אן סושי123 וועלכער איז מפורסם און שמ'ט אין די וועלט אלס מומחה אין דעם געביט פון קאמפיוטערס, ער האט מיר געהאלפן אויספלאגן דעם DEVICE און דאס צוריק איינשטעלן, אבער ליידער ליידער איז דער פראבלעם נישט פאראכטן געווארן.

איך האב שוין געהאט אביסל א צושטערטן שבת, ווייל אויף מוצאי שבת האב איך זייער וויכטיג געברויכט עפעס ערלעדיגן תיכף נאכן זמן, און גיי פרוביר ארבעטן אויף א קאמפיוטער אן א מייז. האב איך ב"ה א שכן טוב וועלכער האט מיר פארבארגט א מייזל פארן זמן, און תיכף מוצאי שבת נאכן פארענדיגן די וויכטיגע דזשאב האב איך אים דאס אפגעגעבן.

דאן - מוצאי שבת - האב איך זיך א לאז געטאן צו די הויז פון מיינעם א באקאנטן, וועלכער האט אלץ איבריגע סחורה, ביי אים קענט איר קריגן מייזן ראטן, וואס אימער אייער הארץ באגערט...

ער האט מיר באווארפן מיט עטליכע מייזלעך, צווישן זיי האט זיך געפונען א מייז אן א וויידל (ווייערלעס), למעשה האט נאר איינס פון די אלע געארבעט, האב איך זיך טאקע באנוצט מיט יענע פון מוצאי ביז היינט אינדערפרי.

נעכטן האב איך אויפגעזוכט די פאפירן פונעם קאמפיוטער, איך מוז דאך וויסן אויב איך פארמאג א וואראנטי וכדומה, האב איך געזען אז ביז א יאר דעקן זיי אלע קאסטן. איך מוז אבער אויפווייזן פאר די קאמפאני אז איך האב טאקע געקויפט די כלי ווייניגער ווי א יאר צוריק, שוין, האב איך שוין נאך א דאגה מיט וואס צו זיין פארנומען זונטאג אויפדערנאכט (דיפלאמאט איז מיין עדות אז איך בין געווען באזארגט דערוועגן דעם גאנצן אויפדערנאכט).

יעצט אינדערפרי גארטל איך זיך אונטער מיט מוהט און קוראזש, א קלייניגקייט? איך גיי רעדן צום קאמפאני וואס האט פאבריצירט דעם קאמפיוטער, און איך ברויך ערלעדיגן אז זיי זאלן מיר גלייבן אז איך האב עס געקויפט דעם יאהר (איך האב נישט דעם רעסיפט, און נישט קיין אנדערע רעקארדס).

איך רוף אן די קאסטומער סערוויס. זיי לייגן מיר גלייך אויף האלד צו שיינע מוזיק (ביי זיי איז שוין מסתמא ל"ג בעומר). עטליכע אנגעצויגענע מינוטן גייען אדורך ווילאנג "SEAN" קומט צום טרייבל, מיר באגריסן זיך, איך זאג אים א חנופה'דיגע גוט מארגן, וויסנדיג אז איך ברויך צוקומען צו זיינע חסדים טובים היינט פארמיטאג.

ער נעמט מיין ערשטע נאמען (קאסמא) מיין לעצטע נאמען (קרעמער) מיין טעלעפאן נומער (...) און די סערוויס נומער פונעם קאמפיוטער (עס האט בערך זעקס הונדערט טויזענט נומערן, פרעג נישט פארוואס), און זאגט מיר מיט א רואיגקייט: יעצט זאג'זשע מיר וואס איז דיין פראבלעם?

איך זאג אים: די טאטש-פעד אויף מיין לעפטאפ ארבעט בכלל נישט!

ער זאגט מיר: האסט שוין פרובירט די אויטאמאטישע אויסלעש/אנצינד באטען פארן טאטש-פעד?

איך זאג: וואס איז דאס?

ער זאגט: אה, אויף די לינקע זייט אונטן איז דא א קנעפל FUNCTION (א בלויע קנעפל), דרוק דאס מיט F7.

איך פאלג זיינע אנווייזונגען, און וואונדער איבער וואונדער, דער מייז איז לעבעדיג געווארן פאר מיינע אויגן!!!

איך האב זיך גלייך געכאפט וואס די צרה איז געווען, אויף אנצינדן און אויסלעשן דעם SPEAKER מיינעם, דרוק איך FUNCTION און F8, זעהט אויס אז איך האב בטעות געדרוקט דעם F7 אנשטאט, און דאס האט פארשלאסן דעם טאטש-פעד מיט אלע אירע פונקציעס, און איך האב געמיינט אז עס איז צובראכן אויף טויט און אז איך וועל ברויכן צוריקשיקן דעם גאנצן כלי צו די קאמפאני און בלא בלא בלא.

ברוך השם אז עס איז פארראכטן געווארן דער פראבלעם מיט א קליינע קוועטש פון צוויי קנעפלעך, און איך בין אפגעקומען מיט שרעק און זארג.

לאמיר זיך מחזק זיין, וויסנדיג אז אפילו עפעס וואס קוקט אויס ווי א "עכטע" "גרויסע" צרה, קען אמאל זיין א נישטיגע מינדערוויכטיגע קלייניגקייט וואס מ'קען פארריכטן  זיך אין א קיילעכיגע סעקונדע.

יעצט לאמיר זען וויאזוי מען פאריכט די נייע "צרה" אז די מייזל איז צו לויז, אפשר ברויך מען אים אביסל איינציען, אז ער זאל זיך נישט אראפדרוקן פון יעדע שארך.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/5/2006 18:39 לינק ישיר 

איך האב געלאכט א גוטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 19:05 לינק ישיר 

Very good story
BTW oh boy do you have lots of time on your hand



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 19:19 לינק ישיר 

קאסמא, פארוואס האסטו מיך נישט געקאלט ?
איך האב אויך אמאל געהאט אזא פראבלעם נאך א טאג האב איך באמערקט אז די באטטאן איז אראפגעדרוקט וואס לעשט עס אויס.

עניוועי, וואס איז די גרעסערע צרה ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 19:19 לינק ישיר 

זינגער;

בכלל נישט (גראדע היינט יא..), די מעשה האט מיר נישט גענומען אויפצוטייפן מער ווי געציילטע מינוטן, איך קען ב"ה שנעל טייפן (נאר די היינטיגע "צרה" פונעם שפרינגעדיגן מייזל וואס לויפט כסדר אויף צוריק, דאס שטערט מיר נאך אלץ און האלט אביסל אויף די טייפעריי).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/5/2006 19:25 לינק ישיר 

זעהר א שעהנע מאנסע איך געצאלט יעצט א לאך מיט א פאסאח דע מאמעניו געפרעגט וואס דע טאטעניו לאכט און שאקלט זעך טאטעניו געזאגט אז דאווענט יעצט וועגן דעם סעשאקלט זעך

00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 19:37 לינק ישיר 

טריי אנשטעלן דעם מייזל ביי
קאנטראל פענאל
מייז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 19:44 לינק ישיר 

גרויסער האכעם לעמעך איינער, חאב שוין געזאגט איהם פריער אין אישית, ער געזאגט דא ניכט העלפן איהם, פארשטאנען?

2.8145



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 22:10 לינק ישיר 

שוין פארראכטן ב"ה.

די פראבלעם איז געווען אז אדאנק "סושי123" האב איך פרייטאג אויסגעשאלטערט א DRIVER פון די TOUCHPAD מייזל, און דאס האט מען יעצט געברויכט נאכאמאל אראפלאודען פון די קאמפאני'ס וועבזייטל, עס האט מיר געקאסט אפאר שעה עגמת נפש, און א פופצן מינוט געשפרעך מיטן גוי אויפן טעלעפאן, אבער ב"ה יעצט איז (אלעס?) פיין!

יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/5/2006 01:04 לינק ישיר 

לויט וואו איך פארשטיי איז מאטסושי א ביסעל גארנישט אזא ממחה א יעדע לעקטאריען ווייסט אז ווען מען ריפט אים אויף א סערוויס קאל למשל דער לייט ארבעט נישט די ערשטע זאך וואס מען טרייט איז אנצינדען די סוויטש אדער אפשר איז ער off his gaime ווייל ער האט זיך ציבראכען זיין הענט ל''ע (ריסט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2006 01:49 לינק ישיר 

welcome back cano

ווער עס קען מיר מסביר זיין קנאי'ס לעצטע תגובה דא, וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/5/2006 03:44 לינק ישיר 

קרעמער (גראמער);

עס איז בעיסבאלל מעשיות, פרעג דריי מאל גארנישט, ער העט שוין מסביר זיין.

קנאי;

ווי קומט סושי צו מאטסאי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2006 22:20 לינק ישיר 

מענין לענין באותו ענין

רופט מיך היינט אהן א חבר מעבר לים, נאכן שלום עליכם און וואס מאכטסו ב"ה, און דו, אויך ב"ה אלעס פיין, זאגט ער מיר איך האב דיר געוואלט פרעגן עפעס האסט יעצט צייט אפאר מינוט?, זאג איך איהם איך קען נישט געהעריג רעדן מיט ישוב הדעת איך וועל דיך באלד צוריקרופן,

אין א 10-15 מינוט נעם איך דעם טרייבל אין האנט און איך רוף דעם קאללינג קארד נומער (די פין נומבער איז שוין אריינ-געפראגרעמט איך זאל עס נישט דארפן אריינלייגן) פליז ענטער יור דעסטינעישאן נאמבער, איך קלאפ אריין 011**************** און מיין חבר הייבט אויף,

פרעג איך איהם וואס איז דיין פראבלעם, זאגט ער מיר ובכן ער האט לעצטענס איינגעהאנדלט א קאמפיוטער, און איינער האט איהם אריינגעלייגט נאך פאנטס פאר אידיש, און יעצט וויל ער טייפן אידיש און עס קאאפערירט נישט מיט איהם עס טייפט נאר ש און ל און די איבריגע אותיות קומען אויס באקסעס, פרעג איך איהם צו עס אנגעשטעלט די לענגוויטש אויף אידיש, יא, איך הייס איהם פרובירן א אנדערע פאנט, אזוי אהער און אהין, איך האב שוין געטראכט איהם צו הייסן מאכן א סיסטעם ריסטאר, אינמיטן גיב איך מיך א כאפ און איך זאג איהם קוק צי די CAPS LOCK קנעפל איז אראפגעדרוקט, זאגט ער יא, דאן מאך עס אויס קעפס און פרוביר צו טייפן אידיש, און וואונדער איבער וואונדער עס האט אנגעהויבן צו טייפן געהעריג אידיש, נאכן פרעגן און ענטפערן נאך עטליכע שאלות האט ער מיך געפרעגט וועלכע צייט אין טאג איז גוט וואס ער קען מיך רופן באדערען מיט נאך שאלות, האב איך איהם געזאגט אז איך האב מורא עס וועט מיר שוין אויסקומען ביליגער זיך אריבערצוכאפן דעם ים און זיצן מיט איהם אביסל אויסלערנען די א"ב (אפשר נישט ממש די א"ב נאר מער די ח"ט) און איך האב ארפגעלייגט דעם טרייבל מיט א העמיר נאך רעדן (לויט ווי עס קוקט אויס דער מצב העמיר נאך טאקע אסאך רעדן), און תיכף האב איך מיך דערמאנט פון די מעשה אונזער חשוב'ן קרעמער, האב איך באשלאסן דאס צוצולייגן צו זיין באשרייבונג.

מה רבו מעשיך ה'




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברוך השם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext