סארא בושות!
הינטן אין זאל דער עולם טאנצט און האפקעט, יעדער זינגט אויף הויכע טענער, גם זו זינגט אויפן
מייק און פאַצ'ט, מען שפרינגט אין די לופטן.
איך ווארט אויף די געלעגנהייט, מען האלט שוין נענטער ווי ווייטער, אההה! עס קומט דעם פערעגרעף
"איי איש אלקים קדוש הוא אשרי עין ראתהו"
איך געב א שפרינג ארויף אויפן פלאטפארמע, מאך ארויף דעם טייטל פינגער און צייג עס אויף מיר,
מיט משונהדיגע תנועות. דער עולם קוקט און כאפט נישט וואס איך וויל.
משנה למלך רייסט זיך פאר געלעכטער, און דער גאנצער עולם נאך אים. בן הרחמן פליט ארויף און
פלאגט אויס די מוזיק, רופט אויס אויפן מייק "ג ר ו י ז א מ ע ר ! וואס גייט פאר מיט דיר?"
ער געבט מיר איבער דעם מייק, ווי איך זאל דא זיין אין אינטערוויו מיט די מאנגאלישע פרעסע. און
איך רוף אויס "יא! איך האב אים געזען! איך האב געזען ר שמעון בן יוחאי!"
פעדעקס נעמט איבער די מייק, און לאכט אריין דערין מלא לוגמיו, אזש די קריסטעל פון די טשילאר
האבן זיך געווארפן פאר געלעכטער, קולות וברקים!
דער עולם שטייט און ווייסט נישט וויאזוי צו רעאגירן, גרויזאמער רויט ווי פייער פאר כעס, יאנאש
ציט אפ מיט זיין בעזעם, ער ווייסט שוין אז ווען גרויזאמער איז אין כעס איז ער די ערשטע צו כאפן.
"גרויזאמער האסט עס אנגענומען ערנסט?, דו טראכסט אז יענץ איז ר' שמעון?" שרייט פעדעקס נישט
מיט זיין שטימע.
קומט אראפ און האלט מיט די המשך.
 |
|
|