אימיגראציע
וואס איז אייער מיינונג? רוב רובי אחב"י זענען קינדער און אייניקלעך פון אימיגראנטען, וואס זאל דער פרעזידענט טוען? פון איין זייט איז אמעריקא א פריי לאנד און וויל זיין א פריינדליך לאנד, מאידך גיסא איז דאס שוין אריבער אלע גרענעצין. צוריק צו שיקען 12 מיליאן אימיגראנטען צו זייערע היימלענדער איז כמעט אומעגליך -טעהנ'ט די גאווערמענט. נו וואס טוט מען? איך בין נישט דא צו העלפען דעם פרעזידענט מיט עצות -אפילו ער וויל, לאמיר הערען פון אייך וואס איר זאגט צו דעם פראבלעם.
העבר אין. אויפ'ן עתיד פון אימיגראנטען מיין איך אזוי, לפי עני"ד: מען זאל יעדען אימיגראנט שטעלען פאר א פשוטער טעסט, אויב קען ער ענגליש -מעג זיין מיט א אקצענט- דאן קען ער בלייבען. אז נישט געט די העק אויט אוף היר. ד"ה פון היינט אן ווייטער אויב ווילסטו אריין קומען דא וואונען, לערען זיך די שפראך ביי דיר אין היימלאנד, אויף דיין רעגירונגס חשבון. דער געווינס וועט זיין פילפאכיג, מיר וועלען זיך שפארען צו דריקען מעדיקעיד/פוד סטעמפ וכדו' צעטליך און 10 שפראכען. מער נישט זיין קיין סיינס אין אלע שטאטישע בילדינג אויף אלע שפראכען. מיר וועלען נישט דארפען הערען אויך אלע טעלעפון מאשינען "פאר ספאניאלע נאמערע אנא" די פולישע גויטעס וועלען אנהייבען פארשטיין וואס מען רעדט צו זיי. אנשטאט איבער פרעגען מע? און זאגען דאבזשע 44 מאהל נאך יעדען באפעל. דאס וועט פארשנעלערען די ארבייט און די גויטע וועט זיין ביליגער פער וואך. דער טעקסי דרייווער וועט יעדען פארשטיין מיט אייין מאל זאגען, די טריפ וועט געדויערען העלפט די צייט, איך וועל אנקומען פאר ניין אין ארבייט, מאכען מער געלט. וכו' וכו' וכו' כהנה רבות, סך הכל מיר וועלען מער נישט הערען פון די טינקעל הויטיגע "מי נאו ספיקא אינגעליס" ביז מיר באזיכן מעקסיקא אי"ה. וואס זאגט איר?
 |
|
|