| נשלח ב-22/5/2006 19:05 |
|
| |
~~~ראטעוועט!!!~~~ געגנבט מיין ניק
כאטש איך בין אינמיטן די טיפע געשפרעכן מיט גרויזאמער דער גרויזאמער וויל איך אויסדרוקען א מעכטיגע קול מחאה אויף די נבלה אשר נעשתה בישראל וואס ער האט מיט זיין גרויזאמקייט אוועקגעגרויזאמט מיין ניק "קרעמער" און טוט דערמיט ככל אשר עולה על רוחו. דא האט איר, קוקט וואס ער האט געטון ממש יעצט.
ווער ווייסט וואס עס קען אים נאך בייפאלן צו טון און שרייבן בשמי? אויוויי!!!!! אויוויי!!!!!
.......... אוי געוואלד ! ..........................
ער וועט נאך האבן אסאך צו הערן פון מיר פאר דעם, און א ספעצילע קאמיסיע ווערט אויפגעשטעלט צו פארשן וויאזוי ער האט דאס געקענט טון! איך זאג דיר גרויזאמער דו האסט מיך טאקע גוט צוגעפיקסט, אבער ריש דיך אויף מנה אחת אפים!
מען בעט דעם עולם, ווער עס האט אפאר מינוט צייט זאל אריינקומען אין פייטינג עריע! קומט אין מאסן! קיינער טאר נישט פעלן!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 19:16 |
|
| |
קרעמער, אזוי שנעל געמאכט א נייע ניק?, נאו פראבלעם, אבער די ניק קרעמער איז ביזדערווייל מיינס
ומכאן האזהרה יוצאת פאר די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין די מעשה נבלה פון אונטערהערן געשפרעכן, ווי יענטאש וכדומה אז זייער ניק איז יעצט אין די רייע!
עס וועט זיך אויפהערן דאס הפקירות דא!
אוקיי?
הכותב וחותם
גרויזאמער
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 19:33 |
|
| |
אין פרייליכע אנטוויקלונגען ווערט איבערגעגעבן אז דער גרויזאמער האט זיך בארעכנט אויף זיינע
מאנסים, און שלאגט פאר א פשרה.
מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 20:51 |
|
| |
החלטה:
נאך א לאנגע איבערבעטונג פון קרעמער, איז באשלאסן געווארן די פאלגענדע פשרה:
1) קיין פריוואטע געשפרעכן וועלן מער נישט ארויפגיין דא אויפן פארום, נאר מיט רשות פונעם שרייבער.
2) איך געב אים צוריק די ניק קרעמער.
3) יענטאש וועל איך נישט טשעפען חס ושלום.
4) די ניק כרעמער וועל איך באקומען בקרוב אלץ א נאכגעבונג פון קרעמערס זייט. און איך וועל עס
נוצען פאר מיין באקוועמליכקייט.
5) די חרם קעגן מיר מוז בלייבן! שוין לאנג נישט געווען אזוי רואיג, איך האב זיך אנידערגעלייגט
פאר די לעצטע האלבע שעה אן קיין טירדות פון יאנאש און אנדערע וועלכע פלעגן מיר כסדר אויפשטעלן
מיט פארשידענע אויסריידן, ווי גיין אינעם פייטינג עריע, אויפוואשן די פלאר, טאנצן בר יוחאי,
און נאך.
6) מיינע קינדער מעגן אבער לערנען אין די מוסדות, ווייל די גרויזאמער'קע איז לעצטנס שטערבליך
פארנומען מיט ארויסשיקן אינטוויטעישענס פאר מיין בכור'ס חתונה. און זי האט נישט קיין צייט
יעצט צו גרויזאמער'לע.
7) קיין שום שריט טאר נישט גענומען ווערן אויף די אייגענע הענט, אלעס מוז דורכגערעדט ווערן
מיט מיר און יוצאי חלצי.
ביז דא איז די צונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 01:45 |
|
| |
איך קען יעצט באשטעטיגן אז איך האב טאקע צוריקבאקומען דעם ניק פונעם גרויזאמער, און דא וויל איך געבן א ווארענונג פארן עולם: גיבט נישט ארויס די פעסווארד פון אייער ניק פאר קיינעם! אפילו וועמען איר טראסט און גלייבט! כדי שלא תמות כדרך שמת פלוני...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 01:56 |
|
| |
דערמיט טוה איך אונטערגעשריבענע פון הונטן, באשטעטיגן אויף א אייביגע באשטעטיגאכץ, דאס מיין
עהרן ווארט איז פארעהרט און באגלייבט, דאס כרעמער איזט מער ניכט קרעמער, עס איזט גרויזאמער
הינטערן שלייער פון קרעמער.
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עליו ועל כל ישראל ואמרו אמן.
הזוי זענען די רייד פון איך דער יונגער אין טויזענטער אידן.
גרויזאמער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 01:58 |
|
| |
אה, גוט אז דו ביסט דא, מיין קאפי-קעטער קאפי-קעטער פוט הים אין די גארבידזש, איך וויל דיר טאקע איינמאל פאר אלעמאל ווארענען, אז אויב וועסטו נישט ביהעיווען, וועט מען זיין געצווינגן דיר חוסם צו זיין לעולם ועד! מיט דעם ניק און מיט אלע דיינע ניקס!
לויב פונעם קאפ קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:00 |
|
| |
אמן, אזוי אויך צום מר!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:01 |
|
| |
זאל געשטארקט ווערן דיין קראפט צוריקצואוועגס
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 19:20 |
|
| |
איך ווייס פון הערגעץ האז הער האט הויך געגאנבעט האויתיות פון מאץ דקהילתינו קרעטשמע יצ"ו הער זאגט האז הער ווייסט נישט פון וואס מען רעט האבער הער וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען האזוי שנעל ווייל הער ווייסט האז מיר ווייסען דעם אמת, הער זאגט האז הער מיינט העס הערליך
0.6
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 19:47 |
|
| |
TOTANYU
what are all this funny numbers mean ???? 0.6
0.32
0.45 ??? is it the weight you lost that hour
??? or is the baramater falling
|
|
|
|
|