בית פורומים היימישע קרעטשמע

***פוירסט קרעטשמע עניווערסערי!!***

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2006 05:51 לינק ישיר 
***פוירסט קרעטשמע עניווערסערי!!***

פרויען און גענטלייט! מאכט אייך אלע גרייט! צו די דאזיגע צייט!

פוירסט קרעטשמע עניווערסערי קאמינג אפ! קומענדיגן מאנטאג!

די ראשי הקהילה דערקלערן א ביטול מלאכה, מ'ארבייט נאך אז די
באלעבאטים זאלן מסכים זיין, אז נישט וועט די קרעטשמע טרייען צו
באצאלן די וועידזשעס, אבער והחכם עיניו בראשו, און ווער עס האט
עס אין די פיס וועט טאקע ליידן.

א גרויסארטיגע סעודה כדת הקרעטשמע בתפארתה וועט צוגעגרייט
ווערן לכבוד המאורה. 'קרעמער' וועט לכבוד השעה זיך צוריקשטעלן
אונטערן קאונטער און טיילן די משקאות, און עסקנים ארבייטן נאך אויף
יאנאש'ן ער זאל כאטש אויף דעם טאג צוריקגיין אויפן זעלבן פלאץ ווי
ער איז דאמאלטס געווען, (די גערוך צוריקצוברענגען וועט שוין נישט
ארבייטן).

דאמאלטסדיגע ראשי הקהילה ומנהלי הקרעטשמע גרייטן שוין צו די
רעדעס, און ס'איבעריגע עולם גרייט שוין צו די ציין און מויל צו ענטפאנגען
די סעודה רחבה כיד המלך און משקאות כיד הקרעטשמע מיט אפענע
מעגענער.

א שטאב פון עסקנים פון די חשובסטע ליידיג-גייערס ביי כלל ישראל זענען
שוין פארנומען ביז איבערן קאפ, שוויצענדיג, לויפענדיג, סאפענדיג, אין
צוגרייטונג צו די גרויסארטיגע מסיבה.

הכונו! הכונו! גדול יהי' כבוד המעמד הזה!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 06:00 לינק ישיר 

יא יא אזוי ווי איר אלע הערט (ליינט)
העפטיגע הכנות גייען יעצט אן - טאקע אין די מאמענטן
צוצוגרייטן דעם פובליקום פארן גרויסארטיגן מעמד "סיום
שנה ראשונה" וואס וועט טאקע פארקומען צווישן די פיר ווענט
דא אין קרעטשמע מיט די באטייליגונג פון אלע אונזערע חברים
און מיטגלידער פון אמאל און פון היינט (ס'איז סיי ווי די זעלביגע צוויי
נאר מיט אנדערע פופציג ניקס, לפי טענת 'ממילא2'... הא הא, ווער
געדענקט אים נאך? וואס איז דיין היינטיגע ניק אין קרעטשמע ממילא2?)

מען האט אויפן ראש הקהל'ס שווייס דערקענט די ערנסטקייט
פון די הכנות צום מעמד, ווען ער האט זיך צום ערשטן מאל
אין די לעצטע יאר-צייט ארויסגעכאפט מיט א ווארט וואס די גרעסטע
חכמים און נבונים זיצן יעצט דערויף מיט א שווערע קאפ (בכובד ראש)
און קענען נישט דערגיין וואס די ווארט באדייט:

מעגענער

האט שוין איינער אמאל געהערט אזא סארט אויסדרוק
אין קרעטשמע אדער אין גאס? איך נישט! דאס צייגט
אויף די גרויסע אימפעט מיט וואס דער חשוב'ער ראש הקהל
האט געשריבן זיינע רייד, זיך דערמאנענדיג ווי - ביז עטליכע טעג -
טאקע אקוראט מיט א יאר צוריק האט ער דא אראפגעלייגט זיין
הארצרייסנדע הספד, וואס איז געווען די ערשטע הספד אין די
היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן וואו דער עולם האט זיך - אן
קיין בושות - געהאלטן ביי די זייטן, געריבן די שלייפן מיט בראנפן כדי
נישט ח"ו צו פאלן חלשות מחמת גרויס געלעכטער.

לאמיר אלע טאקע דא שיקן א פערזענליכע איינלאדונג פאר די אלטע
תושבים, אויב עס פעלט אויס וועלן מיר טאקע ארויסשרייבן זייערע ניקס,
זאלן זיי אלע קומען דא אהער די קומענדיגע וואך מאנטאג "יום המיוחס"
און טאקע מיט זייערע אלטע ניקס! אז דער עולם זאל זען מי ומי ההולכים.

יענטאאש, פריש מיר אויף דעם זכרון, וועלכע ניקס האבן געהאט א חלק
אין דעם ווידעראויפבויה פון דעם פלאץ?? דאכט זיך אז דער אורח הכבוד
וועט זיין "אב הרחמן" (אויב ער לעבט נאך...), זיין זון/אייניקל/איהר-אייניקל
בן-הרחמן וועט אויפטרעטן לכבודו מיט אפאר דיבורים, ווי אויך ווערט ערווארטעט
די פערזענליכע באטייליגונג פון יונגאטשבפ, ביחסיד, און נאך אנדערע.

SOME HAPPY DAYS ARE COMING IN THE KRAITCHME!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/5/2006 06:14 לינק ישיר 

אינמיטן די סאמע העפטיגע הכנות צו מעמד הענקי, לייג איך אראפ די שרייב פאפיר אין וועלכן איך גרייט צו מיין רעדע. איך טרעט אראפ פון פאדיום וואו איך טרעניר דעם פיל-צענדליג מאן באנד. איך לייג אנידער דעם שעפ לעפל מיט וועלכן איך העלף צו דאס געקעכץ, און איך גיי צו א צווייטן טישל עקספלענירן מיין מאדנען 'מעגענער' ווארט בכדי נישט צו פארדרייען דא דעם מעכטיגן נושא מיט מינדערוויכטיגע ווערטער טענה'ריי. סי יו דעיר. ביזדערווייל עסקנים! אנגיין מיט די הכנות!!!!!!!! תוקן על ידי - יענטאאש - 24/05/2006 6:17:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 20:38 לינק ישיר 

איך קען קוים ווארטן, נא באדעי טרעט איך אפ פאר קרעמער'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 21:00 לינק ישיר 

איך וועל זיך אויך באטייליגן אין די מעכטיגע שמחה (איינער איז אינטערעסירט?)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 23:18 לינק ישיר 

ששששששששששש.....................

ברוכים הבאים בשם השם

סיז ממש א געוואלדיגע תענוג וקורת רוח צו זעהן דעם ריזן עולם וואס איז זיך צוזאמען געקומען דא אונטער איין דאך, מ'קען דערקענען די שמחה וואס הערשט ביים חשוב'ן ציבור, די שמחה איז פאר אלעמען צוגלייך, מ'האט מיר אויפגענומען פאר טשערמאן פון אזא געוואלדיגע מסיבה וואס תלמידי חכמים מסובין בה, איז דאך דאס פאר מיר א געוואלדיגע זכי' אז איך קען דא אויסרופן די חשובע פערזענליכקייטן וואס האבן זיך באמיהט אהער צו קומען אזא ווייטע שטרעקע אזש ביז אונזער קרעטשמע דא אהער, בראש וראשון וועל איך האבן די זכי' אויסצורופן בפני כל קהל עם ועדה, דעם גרויסן מעכטיגן פערזענליכקייט, דאס איז נישט אן אנדערער ווי אונזער חשוב'ער אלטער דאיען הרה"ג ערעב זארעכ פעפער ז"ל זיין געזונט און שטארק, וואס טראץ זיין טיפן עלטער איז ער אראפגעקומען פון מארס, זיך צו באטייליגן אין דעם היינטיגן אווענט............. (דער עולם פאטשט)

ווי אויך האביך די זכי' אייך פארצושטעלן איינע פון די גאר חשוב'ע פראמינענטע תלמידי חכמים פון דעם דור, וואס ווייניג דא געדענקן נאך די גוטע צייטן ווען מיר האבן געהאט די זכי', אז מלאך זאל זיין בתוכינו, ה"ה מופת הדור והדרו כבוד קדושת מרנן הרב גם_זו שליט"א, וואס ווי באוואוסט איז ער לעצטענס גאר שטארק פארנומען אויפצו טוהן למען הכלל והפרט, אין ארצנו הקדושה, און ווי מיר וועלן הערן שפעטער א לענגערע באריכט פון אונזער קראספענדאנט אין ארץ ישראל הרב טאגליכט יר"ה, וואס וועט שפעטער (ווער ער וועט טרעפן צייט) אראפלייגן אביסל על קצה המזלג די אבנארמאלע העכער אלע באגריפן'דיגע מעשים טובים פון אונזערע תושבים פון ארצינו הקדושה, ובפרט פון הרב גם_זו זאל זיין געזונט

די פענע איז צו ארים, די שפראך איז פארקלאפט, ווען איך האב די זכי' אויסצורופן און באגריסן אונזער אלעמען באליבטן חשוב'ן גאסט, הרב הצדיק מורינו ערעב פענסטער זאל זיין געזונט און פריש, גאט זאל איהם באגליקן אלע זיינע לעבנסטעג, איך דארף נישט דאס פארציילן, דער עולם ווייסט דאך אליין'ס די געוואלדיגע אויפטוהענגען, וואס אונזער חשובער גאסט האט געלייסטעט פאר די קרעטשמע, בכלל ובפרט, פאר ער איז נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אלס מנהל משנה, און ווער רעדט נאך ווען דער רעבע שליטא האט אין איהם אייגעזעהן פאר דעם ריכטיגן פערזאן ער זאל קענען פירן די קרעטשמע על מי מנוחות, אודה ולא אבוש, איך האב אנפאנג ווען איך מיטן דאיען זאל זיין געזונט, זעמיר אריינגעקומען דא אין די קהלה קדושה, און מיר האבן נישט געוואוסט בין ימין לשמאל, איז ער געשטאנען צו אונזער רעכטע האנט, מיט אזא מס"נ ממש נישט צום פארשטיין, על כל פנים וועל איך בעטן דעם ציבור זאל איהם אפלאדירן כראוי, מיר ווייסן נאך נישט צו ער וועט זיין ביכולת צו רעדן דא פאר דעם ציבור, אבער בכל אופן פילן מיר פאר א זכי', אז ער האט ערשיינט דא ביי דעם אווענט.

אזוי ווי איך זעה אז דער עולם -גולם- האט זיך שוין געזעצט צו די פלעצער, וועל איך איבערלאזן דע אויפנאמעס פאר שפעטער, און איך וועל צוטרעטן צום ענין, יעדער איינער ווייסט און פארשטייט די נחיצות פון אזא געהויבענער צוזאמענקום, וואס דאס שרייט אויס כי לא תשכח מפי זרעו, עוד עם ישראל חי, די תורה האט א נצחיות, שוין א יאר וואס א קהלה בישראל לעבט באחדות, שוין א יאר וואס קיין פאליטיק מיט קיין לשון הרע קומט נישט אריין אין אונזער מחנה, שוין א יאר פון צדקה וגמילות חסדים ביין אונז אין דארף וואס איז אומבאשרייבליך מיט'ן זין פון ווארט, ווער געדענקט דען נישט ווען נחמן נטע דער האלץ האקער איז נעלם געווארן פון די אירענא און דער גאנצער ציבור מיט אן אמת'ער אחדות האבן זיך צוזאם גענומען און געהאלפן נאכגיין די שפירן, ביז דער אייבערשטער איז געווען פאר אונז צו הילף, און אזוי נאך אלע אנדערע מעשים טובים, וואס איז אלץ פארשרבין אין די ארכיוון פון די קרעטשמע, ווער געדענקט דען נישט די גירות פון דעם גראף, די נסיעה צום קעניג פון דעם ראש הקהל, שוין א יאר פון התגלות כבוד שמים אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען זינט בריאת העולם.

אלזא ראבוסיי, איך בין נישט דער וואס זאל דא האלטן דרשות, אבער וואס זאל איך טוהן מיין הארץ לאזט מיר נישט בלייבן שטום, איך פיל אז איך האב געמוזט ארויסברענגן די ווערטער, ודברים היוצאים מן הלב, נכנסים אל הלב.

איצט וועל איך האבן די כבוד אויסצורופן אונזער אלעמען באקאנטן פה מפיק מרגליות, ווען איר וועט הערן די נאמען וועט עטץ שוין זעהן אז איך האב גארנישט מגזים געווען, א איד א עוסק בצרכי צבור באמונה, מיט זיינע געוואלדיגע דרשות ודברים כדרבנות בכל עת מצוא, איינער וואס וועט קיינמאל קיין פליג נישט טשעפען, איך שעם זיך אפילו ארויסצוזאגן זיין נאמען פון מויל, (איך ווייס עס נישט ששששששששש) הרי הוא כבוד מוהער ערעב נאטורליך, זאל ארויפקומען אויפן פאדיום זאגן זיין דרשה וואס ליגט איהם אין בויך לכבוד המאורע, שששששששששששששששששששששששששששששש ערעב נאטורליך קומטס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 23:46 לינק ישיר 

א גיטער פריינד רופט מיך אויפ'ן סעל מיט א געוואלד אז מען האט מיך אויסגערופען צו כהן און אלעס שטייט און ווארט אויף מיר.
וויאזוי ווילסטו איך זאל רעדען אז מען מאכט נישט קיין פלאץ? איך קען נישט צוקומען צום אויבען אן. די ברילען איז מיר פארהויכט, די בארד איז צושויבערט און אלע שרייען עך זאל שוין אנהייבען רעדען. שיקט אהער אפאר סדרנים צו עפענען א וועג, נא. דא ביי די לינקע זייט, גיב זיך א שאקעל רבי סאכדעס נישט שטיי ווי א יון און די סוכה מיט'ן מייקראפאון אין די האנט.
דא יא דא אויף די לינקע זייט, זעהסט מיך נישט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 23:57 לינק ישיר 

ווילאנג וועל איך דא ווארטען? זעסט מיך נישט ווי איך שטיי און ווער צוקוועטשט און צודריקט.?
איך גיי אהיים, די דרשות וועל איך שוין הערען אויפ'ן האט ליין, לאמיר נאר איבער א סאדע מיט'ן קרעטשמע סימבאל פאר א געדענקעניש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 23:59 לינק ישיר 

נו וויפיל איז די שיער?????????????. מאכט'ס פלאץ, נו לאזט איהם שוין ארויפקומען

יאנאש גיי אהין פליז מיטן דעם בעסבאל שטעקן, מאך סדר

צו מזל איז גרויזאמער נישט דא היינט, וואס זוכט איר צ....... אוי די מייק האט זיך אויסגעשאלטער פוןדי געדרענג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 09:39 לינק ישיר 

איך שעהם זיך צו פרעגן

בין איך אויך געליידנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 15:04 לינק ישיר 

סאכדעס וואו איז ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 16:52 לינק ישיר 

מורי ורבותי!

די עסקנים ווערן געבעטן צוזאמצושטעלן א פונקטליכע ליסטע פון אלע אלע קרעטשמע מיטגלידער, סיי די אלטע און סיי די נייע, סיי די וואס זענען שוין געגאנגען צו זייער וועלט און סיי די וואס דרייען זיך נאך צווישן אונז, סיי די וואס האבן אפגעשריבן לאנגע מגילות און סיי די וואס האבן נאר אריינגעווארפן איין ווארט, כדי מיר זאלן קענען ארויסשיקן די איינלאדונגען צו יעדן איינעם באצייטנס, די צייט ריקט זיך, עס איז שוין באלד דער יום המיוחס און מיר האבן נאכנישט ארויסגעשיקט אלע אינוויטעישאנס.

איילט אייך ציה רבותי!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/5/2006 18:27 לינק ישיר 

הכונו הכונו

בלויז געציילטע שעה'ן פארבליבן ביז צום גרויסארטיגן פייערונג פון

כלות שנה הראשונה

להיימישע קרעטשמע!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/5/2006 03:26 לינק ישיר 

איך וויל נאר בעטן א קליינע בקשה פון די גבאים אז דעיס מאל זאל מען מיר נישט מכבד זיין מיט פאצן און טאנצן
ווייל עס טוט מיר נאך וויי ביז היינט די הענט מיט פיס . ביטע

איך האב דא מיט געבריינגט אן אנדערן וואס קען די מלאכה בעסער פון מיר.

דא האט איהר. זייט איהם מקבל בברכה תוקן על ידי - גם_זו - 29/05/2006 3:30:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 03:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 05:18 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אומגלויבליך, אבער א פאקט! יעצט ווערט א יאהר זינטן גרינדונג פון היימישע קרעטשמע!

מיר האפן איר זענט שוין נישט פליישיג פון די ראש חודש סעודה, ווייל מיר האבן דא צוגעשטעלט א פיינע מילכיגע סעודה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ***פוירסט קרעטשמע עניווערסערי!!***
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext