| נשלח ב-28/5/2006 16:29 |
|
| |
שבועות געלט
א גוט מארגן און א גוטן חודש טייערע חברים.
יעצט אינדערפרי נאכן אפשרייבן דעם וועכנטליכן מצוה צעטל (אויף וואס אלע קינדער זענען וואויל יעדע איינציגע וואך), איז מיר בייגעפאלן א געדאנק; מיטצולייגן אביסל ראש חודש/שבועות געלט פארן מלמד.
אין אמת'ן אריין, די מנהג אמאל איז געווען צו שיקן יעדן ראש חודש דאס געלט פארן מלמד, היינט אבער אז מען צאלט שכר לימוד, איז שוין פארגעסן געווארן דער ענין פון "ראש חודש געלט" (גראדע בין איך באקאנט מיט א טאטע וואס איז נאך ערליך מקיים דעם מנהג יעדן ראש חודש מיט אלע מלמדים פון זיינע קינדער, און עס איז איבריג צו זאגן אז זיינע קינדער זענען עפעס אויסערגעווענליך נושא 'חן' בעיני המלמד, מען שטעלט זיי כסדר צו גוטע חברותות וכדומה, אין אנדערע ווערטער: נוצר תאנה יאכל פריה).
אבער דעם חודש איז עפעס אנדערש, סיי עס דערנענטערט זיך שוין דער יום טוב שבועות (חנוכה און פורים וואס זענען דרבנן'ס, איז דער מנהג העולם צו שיקן טשעקלעך אין חדר אריין, פסח איז דא א תירוץ "די הוצאות החג זענען גרויס, איך קען זיך נישט ערלויבן", אבער שבועות איז לכאורה א גוטע צייט ארויסצוהעלפן דעם מלמד תורה, בפרט אז עס איז טאקע דער יום טוב פון קבלת התורה), און סיי עס ווערט שוין סוף יאהר (אין די אינגערע כיתות איז זייער שכיח אז די קינדער האבן אנדערע מלמדים אויפן זוממער, ווייל אדער פארט דער מלמד אוועק אין קעמפ אריין, אדער פארט דאס קינד אין א באנגעלאו קאלאני ווייט פונעם מלמד), איז נישט מער ווי יושר אביסל ארויסצוהעלפן דעם מלמד.
לא לכבוד עצמי אני דורש, איך בין קיין מלמד נישט געווען, און פלאן נישט צו זיין קיין מלמד אין די נאנטע צוקונפט. איך האב נאר געקלערט אז דאס איז א גלייכע זאך, שפיר איך א חוב דאס צו פארשפרייטן צווישן עולם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 04:44 |
|
| |
מיינע קינדערס' מלמדים דעזערוון נישט קיין פרוטה. דער גרויסער (כתה ו') איז א שטייפער פאשיסט.
שטראפט פאר יעדע קלייניגקייט. ביי די לעצטע PTA ווען כ'האב אים געפרעגט אויב ער האט אמאל
געהערט פון אזא זאך ADD אדער HYPER ACTIVE קוקט ער מיר אן אזוי און גיט א מאך מיט'ן קאפ ווי
איינער זאגט: "כ'פארשטיי נישט צו די מאדערנע זאכן". אויך מיר א מלמד.
דער צווייטער (כתה ג') איז א געוועזענער באם / כולל אינגערמאן / מלמד וואס דרייווט יעדע וואך
א נייעם אויטא. פון וואנט האט ער דאס געלט פאר דעם טייוול ווייסיך נישט.
דער דריטער (קינדערגארטן) איז סתם א פוילער אייזל וואס זיצט אויפ'ן ישבן א גאנצן טאג און לאזט
זיין העלפער טון די "שמוציגע" ארבעט. דעם העלפער גראדע האב איך געגעבן א צוואנציגער לכבוד
פורים. גראדע די מערסטע נחת האב איך פונעם צווייטן מלמד (כתה ג'), מיר רעדן די זעלבע שפראך,
אזוי צו זאגן. (דער מנהל זאל נאר וויסן וואו מיר האבן זיך געטראפן לעצטנס וועט ער זיין אין
דיפ ש...)
מיין מיידל'ס טיטשער (PRE 1A) איז יא ווערט דאס געלט. זי זעצט זיך אויף דער פאדלאגע מיט די
קליינווארג און שרייט זיך אויס אירע לונגען ביז זי ווערט רויט. זי לערנט זיי אויס לידער אויף
יעדן יאנטעף און מאכט מיט זיי ארטסענדקרעפטס. איר האב איך אריינגעלייגט א פופציגער אינעם שלח
מנות. כ'ווינטש איר א פאסיגן שידוך.
שלמה זלמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 05:58 |
|
| |
שלמה זלמן איך וואלט אייך געראטען ארויסנעמען אלע קינדער פון דעם דאזיגען תלמוד תורה, שוין מארגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 06:01 |
|
| |
נאטורליך דו וואלסט געבעטן יאך אלץ דאיען באפעל איהם דאס שוין .
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 06:37 |
|
| |
סדנא דארעא חד הוא. אלע חדרים זענען די זעלבע. קוק זיך אום און זאג מיר, ווער ווערט א מלמד?
איך און דו זענען נישט מלמדים. איך וואלט זיי נישט ארויסגענומען פון דעם חדר וואו זיי גייען
איצט ווייל ס'איז בעסער ווי די אנדערע. כ'האב א קרוב וואס איז געווען א מלמד פאר צוואנציג יאר
און האט לעצטנס אויפגעגעבן דעם פאך. ער זאגט אפן אז ער האט נישט געטויגט דערצו און ער האט
חרטה. ער פילט אז ער האט בא'עוול'ט קינדער. אוודאי קען מען עס אויסטייטשן אלס ענוה, אזא
מי-אנכי שטיק. אבער איך קען אים, און ער איז וואויל גערעכט. ער וואלט בעסער געפאסט צו זיין א
בוטשער.
שלמה זלמן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 07:10 |
|
| |
שלמה זלמן;
יישר כח פאר דיין זיסע תגובה, עס דאכט זיך מיר אבער אז דו האסט צוגעלייגט אן איבריגן פינטל דא: (דער מנהל זאל נאר וויסן וואו מיר האבן זיך געטראפן לעצטנס וועט ער זיין אין דיפ ש...)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 16:19 |
|
| |
שלמה זלמן, איך ווייס נישט אין וועלכען תלמוד תורה די שיקסט דיינע בנים, קען זיין דארט זענען אלע טאקע אזוינע וואס טרעפען זיך מיט דיר אין ד.ש. פאר זיי קומט זיך טאקע נישט קיין גרייצער שבועות געלט. מיינע קינדער דאקעגען, גייען אין א חדר וואס אלע מלמדים זענען גאר פיינע ערליכע כלי קודש, זיי גיבען זיך איבער און ארבעטען מיט הארץ. זיי לייגען אריין יראת שמים אויפ'ן העכסטען שטאפעל. וועל איך איבער חזר'ן, אפשר שטעלסטו זיי אריבער צו א צווייטע תלמוד תורה, עשה למען בניך שלא...
|
|
|
|
|