| נשלח ב-28/5/2006 22:47 |
|
| |
וואס מיינט "זשאלעווען"
אין דער בלאט פון די לעצטע וואך, פר' במדבר, איז דא א שטיקל נייעס וועגן קרעדיט קארדס. דער
שרייבער וויל ארויס ברענגען אז מ'זאל נישט אויסגיבן אזויפיל געלט - נישט פאטשקען, נישט
פזר'ענען - שרייבט ער אז מ'זאל נישט זשאלעווען. כ'גלייב אז דער שרייבער איז זיך טועה.
זשאלעווען, אדער דזשאלעווען, מיינט פונקט פארקערט, ס'מיינט קארגן. ווי אין: "די ארגאניזאציע
זשאלעוועט נישט קיין כוחות צו טון XYZ", "ער זשאלעוועט אויפ'ן גראשן" אא"וו. דער שרייבער האט
געדארפט שרייבן אז מ'זאל יא דזשאלעווען און נישט אויסגיבן צופיל געלט אויפ'ן קרעדיט קארד.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 23:07 |
|
| |
דאס ווארט דזשאלעווען מיינט אויספאטשקען. דזשאלעווע נישט קיין לויב רייד ער טוט אויס דזשאלעווען דאס געלד אויף אומנויטיגע זאכען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 23:47 |
|
| |
נאטורליך. איך בין מחולק מיט דיר. דו אליין ביזט זיך סותר. "דזשאלעווע נישט קיין לויב רייד"
מיינט "קארג נישט קיין לויב רייד" וואס מיינט אז זשאלעווע מיינט קארג. זשאלעווען מיט'ן געלט
מיינט אז מ'איז קארג נישט אז מ'פאטשקעט אויס. דוק ותשכח.
שלמה זלמן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 23:57 |
|
| |
שלמה זלמן איז גערעכט
דער אידיש ענגליש דיקשענערי טייטשט אויף "זשאוולען"
hold back, hold in reserve
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 02:51 |
|
| |
ווי פלעגט דער רעבע זאגן ?! "דו דזוליק איינער הער אף צו דזאלעווען"
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 03:13 |
|
| |
מען קען עס ניצען לשני אופנים, עס ווענדט זיך ווי דער חמור שטייט אן. אז דער גלאז איז האלב, קען עס מיינען האלב ליידיג אדער האלב פיהל
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 16:30 |
|
| |
איך וועל קיינמאל פארגעסן, ווען אין ישיבה איז א בחור אריינגעקומען אין עס זאל מיט א ריזיגע
באקס קוקיס און אויסגעשריגן:
"ס'איז דא א מאנגל מיט קוקיס, קיינער זאל נישט כאפן"
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 19:17 |
|
| |
גם אני מצטרף דשאוועלען מיינט קארג (האלט צירוק),
כידוע די מעשה ווען מהאט געברענגט די ספר באר מים חיים נאכן ארויסקומען, פארן הייליגען,,,,,,ריזשנער זצ"ל (אזוי דענק איך אבער נישט זיכער) האט ער געזאגט, זייער א שיין ספר אבער פארוואס האט ער אזוי געדזעלעוועט די ווערטער, כיודע ביי אונז פשוטי המון עם קוקט דאס נישט אויס אזוי, נאר גאר פארקערט, מילא פון היינט און ווייטער זאלט איר נישט מיינען אז דאס לערנט זיך גרינג, נאר איר האט פשוט נישט קיין השגה וואס דארט שטייט,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 17:57 |
|
| |
אין שבועות האב איך געזען א מעלות פון עטליכע מאנאטן צוריק - דוכט זיך פון כסלו - און דארט ווערט אויך גענוצט דאס ווארט "זשאלעווען" (אדער דזשאלעווען) אלס א לשון פון צוריקהאלטן. ער/זי שרייבט דארט בערך אז מ'זאל נישט דזשאלעווען קיין צייט צו לערנען די יסודי התורה. ומי לנו גדול, ווער דען איז דער היינטיגער מכריע אין אויסלייגן ווערטער.
אגב, האב איך אמאל באמערקט אז זיי שרייבן נישט "צי ער איז געוווען צי נישט", נאר "צו ער איז געווען צו ניטש". וואונדערט מיך צי זיי זענען גערעכט ווייל איך גלייב נישט אז זיי האבן נאכנישט געהערט דעם חילוק פון "צו" און "צי".
אויך שרייבן זיי "נאטירליך" און "פינקטליך", מיט א י' אנשטאט א ו'. איך בין נייגעריג די סבה דערצו.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 00:40 |
|
| |
מיט "צו" זענען זיי גערעכט. צי (מיט א י') מיינט ציען מיט א שטריק. צו מיינט אלזא צוויי זאכן:
"גיי צו יאנקל" און "אזוי צו אזוי". וועגן נאטירליך און פינקטליך, כ'גלייב עס שווער אז זיי
האבן אזוי געשריבן. כ'וואלט געזאגט אז ס'איז א שגגה היוצאת. (אדער קוק נאכאמאל איבער דעם
מקור). נאטור = נאטורליך. פונקט = פונקטליך.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 01:45 |
|
| |
מיר איז גראדע אויך אויסגעקומען איבערצובליקן די מעלות פון די לעצטע פאר חדשים אינעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות, האב איך באמערקט ביים אדר אויסגאבע פון היי יאר, שרייבן זיי דארט אז עס פאלן אריין מינימום צען גרייזן אין יעדן אויסגאבע, הכלל, זיי זענען אויך נישט מער ווי מענטשן וועלכע זענען אומשטאנד צו גרייזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 02:36 |
|
| |
שלמה זלמן
דו זאגסט וואס דו האלטסט אבער אן אנגעבן א סבה אדער באווייז דערצו .
אלע אידישע צייטונגען (עט ליסט די גוטע שרייבער) שרייבן "צי" אלס לשון פון "אזוי צי אזוי". דעריבער וויל איך פארשטיין פון וואנעט נעמסטו אז דאס איז נישט ריכטיג. אלס סברא אויס איז דאך פונקט אזוי מעגליך אז "צי" (אנשטאט "צו") קען מיינען צוויי זאכן: "ציען" און "אזוי צי אזוי". אויב עפעס נוצט מען דאך פיל מער "גיי צו יענע פלאץ" און "צי יא צי ניין" ווי מען נוצט "גיב א צי דעם שטריק", דעריבער וואלטן די צוויי מיינונגען וועלכע ווערן אפט גענוצט ענדערש געברויכט האבן א באזונדערע ספעלינג.
"נאטורליך" איז טאקע פשוט אז עס וואלט געדארפט קומען אזוי, און פאר דעם האב איך געפרעגט, אבער עס קען זיין אז זיי האלטן אז די ווערטער טוישן זיך ווען עס ווערט אויס "נאון", ווי ביי געוויסע אנדערע ווערטער. און וויבאלד ביידע - נאטירליך און פינקטליך - זענען אין איין אויסגאבע און איז די זעלבע סארט, קוקט דאס ענדערש אויס ווי א מיינונג אין אויסלייגן די ווערטער ווי איידער א בלויזער טעות. אבער אלעס קען זיין. אדרבא, קוק נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 05:48 |
|
| |
לגבי ציען דעם שטריקל, אסאך פירן זיך צו שרייבן 'ציה' דעם שטריקל.
|
|
|
|
|