אהיים גייענדיג טראכט איך צו מיר אפשר ברויך מען טאקע אזוי צו זאגן דעם ברכת כהנים. ווייל אנדערש. ווי אזוי דער דרך העולם זאגט דאס. איז גרויס עם הארצות.
משולשת בתורה טייטשט סאיז 3 מאל איבערגעזאגט אין די תורה. וואס דאס ווייסט יעדער חדר אינגעל אז סשטייט נאר איינמאל.
בברכה המשולשת טייטשט. די ברכה וואס איז געטריפלט. דהיינו יברכך.... יאר.... ישא..... בתורה הכתובה ע"י משה עבדך. וואס שטייט געשריבן אין די תורה וואס משה רבינו האט געשריבן.
בייס זיך נישט די נעגל, מיין מאמע זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועסטו מוזן אויפזוכן יעדע נאגל! (גלייך נאכדעם וועסטו ווערן א קעצי וועגן די אלע לשון הרע'ס וואס דו האסט גערעדט...)
אבער אז מען רעדט שוין, וועל איך יא זאגן דעם אמת, מיין רב שליט"א זאגט יעדן שבת אזוי ווי דו זאגסט אז עס איז ריכטיג: ברכנו בברכה המשולשת, דא געט ער זיך אזא שטעל אפ, אזוי ווי ביי כי כל אלהי העמים אלילים, דאן איז ער ממשיך מיט אזא שלשלת ניגון אויף "בתורה" הכתובה על ידי משה עבדך וכו' וכו' וכו'.
נשלח ב-30/5/2006 03:49
זייענדיג פריער אין שוהל צו דאווענען "מנחה".
זעה איך אז א אינגערמאן וואס גייט קיינמאל נישט צו צים עמוד שטעלט זיך צו אלס בעל תפילה .
2) "בתורה, הכתובה" וואלט געמיינט אזוי די תורה איז געשריבן דורך משה און איבער געזאגט דורך אהרן ובניו. און דאס איז ניט ריכטיג ווייל די תורה איז אמורה מפי ה'.
גם זו, לכאורה לפי"ז אז משולשת קען האבן אן אנדערע באדייט אז עס איז געשריבן אין דריי פסוקים, פעלט דעמאלס נישט אויס קיין פסיק צווישן המשולשת און בתורה און מען קען זאגן המשולשת בתורה און עס וועט מיינען דעם פשט פון דריי פסוקים נישט איבערגעחזרט דריי מאהל, און בשעת מען זאגט עס דארף מען זיך נישט אפשטעלן אינמיטן, נאר וועט מען וועלן זאגן די טייטש וועט מען ניטש טייטשן צוזאמען המשולשת בתורה נאר קודם טייטשן די ווארט המשולשת און נאכדעם די ווארט בתורה,
אבער למעשה ווייס איך נישט צו דו ביסט גערעכט 1) ווייל משולשת מוז נישט מיינען איבער גע'חזר'ט דריי מאהל אין אנדערע פלעצער, עס מיינט א ברכה וואס איז געטריפלט אז מען זאגט אויף איינמאהל דריי ברכות, דהיינו יברכך יאר ישא.
2) די טענה אז לפי דקדוק קומט ווען ענדערש הכתובה בתורה ווי בתורה הכתובה, איך קען נישט אזוי גוט דקדוק, אבער איך זעה נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט בתורה הכתובה אז הכתובה בתורה זאל זיין אזוי סאך בעסער.
3) די טענה אז האמורה מפי אהרן וועט מיינען אז די תורה איז געזאגט דורך אהרן, מיין איך אויך אז דאס איז נישט קיין טענה, ווייל ווער זאגט אז האמורה גייט ארויף אויף בתורה, האמורה גייט ארויף אויף בברכה המשולשת, אז די ברכה המשולשת ווערט געזאגט דורך אהרן, כנלע"ד
נשלח ב-15/6/2006 09:01
בןהרחמן;
א שכוייח אף דיין הערה/הארה,
אזוי ווי איך האב נישט געדולט, צייט, נערווערן, אריין צוקריכן אין דעם טעמע פון דיקדוק, איז מיר יעצט שווער דיר צוריק ענטפערן אויף דיין תגובה.