| נשלח ב-30/5/2006 22:53 |
|
| |
איך גלייב נישט וואס איך זעה
ווער עס האט היינט געדאווענט אין שוהל האט שוין געקענט באמערקן אז עס איז ערב שבועות אויף דער וועלט, אקעי, כ'מיין נישט ממש ערב שבועות, ווען די גערוך פון בלומען דערטראגט זיך צו די נעזער פון אלע אלערזשי ליידענדע, איך מיין בעיקר צו זאגן אז עס איז שוין שלשת ימי הגבלה (פרעג א אינגערמאן וואס דאס מיינט שלשת ימי הקבלה, האט ער שוין עפעס א לאנגס און א ברייטס, אויסגעקנאטן פון דרוש און פלפול צוזאמען, אז מען איז זיך דריי טעג מקבל און אזוי ווייטער, לעמעך דער, קוקט ניטאמאל אריין וויאזוי ס'ספעלט זיך).
ווואס פרעגסטו? איך הער נישט, רעד העכער! אה, וויאזוי ווייסט מען אז יעצט איז שלשת ימי הגבלה? זייער פשוט! האסטו דען נישט געהערט אז משה צדוק'ס סעלפאון האט שוין צוריק באקומען דעם געהעריגן קלינג? די גאנצע ספירה פלעגט עס זינגן אהבה רבה (אויסער ל"ג בעומר האט מען געהערט "לכבוד התנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי") ענדליך הערט מען שוין דעדי מיט שוועקי, א שמחה אין אלע עולמות, עס איז שוין בלויז דריי טעג פארבליבן ביז די שווערע לאסט פון האר קומט אראפ פון מיין קאפ!
און - אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אינעם קעפל (יא, איך בין פון די געציילטע וואס שרייבן דעם קעפל פונעם אשקול בעפאר די תגובה אליין... איך קען אסאך וואס ווילאנג זיי ענדיגן נישט די תגובה ווייסן זיי ניטאמאל וואס אין דער וועלט זיי ווילן דא ארויסברענגן... נאר נאכן דרוקן "שלח תגובה" קומט ארויף דער מעסעדזש "העי, האסט נישט געלייגט קיין קעפל" דאן כאפן זיי זיך ביים קאפ (וואס זיי האבן נישט) און לייגן ארויף א קעפל) - איך גלייב פשוט נישט וואס איך זעה!
קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס די קרעטשמע איז אזוי ליידיג יעצט? האט זיך דער עולם ארויפגעשאצט דאס ארבעל ארויסצוהעלפן די בני בית מיטן אויסוועלגערן די טייגלעך פארן קרעפל? ווילסטו מיר זאגן אז דער עולם שלאפט שוין כדי צו זיין אויסגערוהט אויף שבועות ביינאכט? איך טענה דאך פארקערט, מען ברויך זיך שלשת ימי הגבלה אפגעוואוינען פון שלאף, אזוי ארום וועט מען זיין מער צוגעוואוינט אויפצובלייבן ביינאכט און נישט איינדרימלען אויף די האלב אויסגעגאסענע שווארצע קאווע פונעם שכן.
נו, וואו זענט עטץ ???????????????????..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 23:29 |
|
| |
יעקב קרא שמו גל-עד!
גל של עצמות מעידות על החורבן, לא עברה יום מאז שהתקיימה החגיגה המפוארה בהשתתפות רבבות מישראל בראשות כבוד הרבנים שליט"א, והקרעטשמע הנה הוא בעק-טו-נארמעל (טויט בלע"ז).
עורו ישנים משינתכם!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 23:31 |
|
| |
יגר'ל קודם האב איך נאך קיינמאל נישט געלייגט א קעפל נאך וואס איך האב געשריבן א תגובה, און שנית פון וואנעט ווייסטו וואס ביי אנדערע פאסירט,? אלא מאי איז דאס אמאל געווען א פראבלעם ביי דיר, דזשאסט קידינג.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 23:33 |
|
| |
יגר'ל כ'פארשטיי זיך נישט מיט דיר, דו ווייסט נישט אז שושן פורים איז דער עולם נאך האלב שיכור, דער ערשטער מנין ביין אונז הויבט זיך אהן ביין צווייטן סוף זמן תפלה, דו ביזט אזוי שיכור געווען נעכטן, אזש מ'האט דיר ארויסגענומען פון דא מיט א קרעין, דער עולם שלאפט נאך, סאו וואט? באלד באלד וועט דער עולם ניכטער ווערן, און אלעס וועט צוריק גיין כמקדם.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 20:09 |
|
| |
מיר זענען זיך צוזאמגעקומען דא צו די פריצייטיגע מעמד יציאת נשמה פון די היימישע קרעטשמע, עס קומט אן שווער צו זאגן וואס עס ליגט מיר אויפן הארצן, מיר האבן זיך קיינמאל געגלייבט אז עס וועט קומען צו אזא מצב, אבער דעם אמת איז נישט שייך צו בייגן אדער פארהוילן: נשמת כל חי וגו' שמע ישראל וגו' יציאת נשמה!
הספדים וועלן נאכפאלגן, אויב נישט, איז א סימן אז דער פורום איז טאקע טויט...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 05:46 |
|
| |
וואפססס.. ס'האט אויפגעלעבט, א נחת אריינצוקומען, א ברכה צו מאכן
וואס א מיליכיגע סעודה, מיט חלב ישראל אייסעס, קענען נאר נישט איבערדרייען א קרעטשמע...
לאמיר כאפן א טענצל, עליונים עלזו ותחתונים ששו וכו' וכו' אוי אוי אוי
|
|
|
|
|