איך נעם אויף מיר די פולע פאראנטווארטליכקייט פארן שפעטיגן צו דערציילן די פרטי הדברים פון די געהויבענע אסיפה וואס איז פארגעקומען אויף די גלאבאלע טעלעפאן נעטווארק פון די חברי הנהלת הקרעטשמע, איך האב זיך אונטערגענומען בשעת מעשה צו פראטאקאלירן אלעס אין די פראטאקאל ביכער, דערווייל בין איך פארנומען געווארן מיט זייטיגע געשעפטן, און איך האב פארגעסן דערפון.
איך געב רשות פאר ווער אימער פון די חברי הנהלה איבערצונעמען דעם פליכט פון מיר, אראפצושרייבן די תקנות און וויאזוי די אסיפה איז אדורך ברוב פאר והדר מיט געוואלדיגע סוקסעס, אזש עס איז נאך ביז היינט דער געשפרעך פון טאג ביי אלע דערפערישע אידן.
|
|